דער מערסט פארשפרייטער גליון אין די חרדישע וועלט "גליון היכל הקודש" איז די וואך פרשת תזירע מצורע אנגעקומען צום מערקווירדיגן ציפער פון "זעקס הונדערט", דער גליון וואס ערשיינט שוין פאר צוועלף יאר, און ווערט פארשפרייט אין פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, און ווערט איבערגעטייטשט צו נאך עטליכע שפראכן, און ווערט געליינט מיט דורשט דורך צענדליגע טויזנטע אידן איבער די וועלט אין די שולן, אין די הייזער און אויפן קאמפיוטער דורך יעדן איד וואס זוכט א חיזוק ווארט צו קענען מיטנעמען מיט זיך.
 
די סיבה פארוואס דער גליון איז אזוי פאפולער איז נישט ווייל עס האט ציענדע קאלירפולע גראפיקס, אויך האט עס נישט קיין דראמטישע שרעקעדיגע מעשיות אדער פארזעצונגען, עס אנטהאלט נישט קיין בילדער און אילוסטראציעס, נישטא דארט צו טרעפן חידות, אפהאנדלונגען אדער ארטיקלען, עס האט אפילו נישט קיין טיעפע תורות אדער פארפלאנטערטע פלפולים, דאס איז בכלל נישט וואס מאכט מענטשן זוכן דעם גליון אין אלע שולן איבער די וועלט.
 
דער גליון אנטהאלט באשטייט פון פשוטע פאפיר, שווארץ ווייס אבער אטהאלט לעכטיגע ווערטער. עס האט אן אינהאלט וואס ציט יעדן איד ווי א מאגנעט.
 
צום ערשט איז אלץ דא דער "ווארט אויף די פרשה" א געדאנק אויף די סדרה פון מוהרא"ש, דארט וועט מיט פשוטע ווערטער שטיין א שיינע טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה איבער אן ענין וואס מ'קען דערפון ארויסנעמען הלכה למעשה חיזוק אדער עצות צו קענען שטייגן אין עבודת ה'.
 
דערנאך טרעפט מען אלץ אויפן לינקן זייט גראד ביים אנפאנג פונעם גליון א שיינע שיחה פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער צולייגט אזוי שיין אן ענין, און מאכט קלאר פארן מענטש וואס זיין תכלית אויף דער וועלט איז און וואס מען קען טון צו האבן א בעסערע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
 
דאן קומט "א גוט ווארט" פון ראש ישיבה, דאס איז א קליינע ציטאט פון א בריוו, א דרשה וכדומה פונעם ראש ישיבה, א ווארט וואס מאכט טראכטן, אן עצה צום לעבן און דאס גלייכן.
 
דאן קומט אויפן צווייטן און אויפן דריטן זייט די בריוו פונעם ראש ישיבה און די שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה, ווי ליינער האבן די געלעגעהייט (דא אויפן וועבסייט https://breslevcenter.com/answers דרוק אויף "פרעג א שאלה") צו פרעגן פונעם ראש ישיבה זייער שאלות און ספקות אויף אלע נושאים וואס עס קען זיי נאר דרוקן, און דער ראש ישיבה ענטפערט יעדעם בטוב טעם ודעת אן ענטפער על פי תורה, א לעזונג צום פראבלעם לויט ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעלערענט.
 
דערנאך איז דא אויפן לעצטן זייט אביסל נייעס און אפדעיטס וואס טוט זיך אין די קהילה און אין די מוסדות אין די פילע שטעט איבער די וועלט, אז אנשי שלומינו זאלן קענען מיט האלטן און זיין אינפארמירט מהנעשה והנשמע ביי אנשי שלומינו.


יעצט איז דער געלעגעהייט ווען מיר דארפן מכיר טוב זיין פאר הר"ר מרדכי אידיג שליט"א וועלכע געבט זיך אוועק פאר דעם גוטן שוין אזוי פיל יאר צום גוטן, און האט שוין מחי' מתים געווען און אויפגעלעבט אזויפיל אידן. עס איז אוממעגליך פאר אונז צו באצאלן פאר זיינע פילע לייסטונגע פאר דעם גליון בפרט און פאר די מוסדות היכל הקודש בפרט. זאל אים דער אייבישטער באצאלן מיט אלעם גוטן, ער זאל ווייטער קענען זיך אפגעבן מיט מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן אזוי ווי זיין הארץ באגערט.