גליון היכל הקודש גרייכט ציפער פון 400 גליונות
ה אלול תשע"ט 📝
דער וועלט בארימטער גליון היכל הקודש איז שוין היינט וועלט בארימט איבער די גאנצע וועלט, מיט וואס צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט (בלי גוזמא) זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס, האט נארוואס אפגעצייכעט דער געוואליגער ציפער פון 400 גליונות, דאס איז א קיימא לן פון בערך 8 יאר, וואס עטליכע אידן זענען זיך מוסר נפש בלי שום תשלום גמול און ארבעטן שעות על גבי שעות יעדע וואך אלעס נאר בכדי צו נאך איד זאל מחזק זיין און מחיה זיין און טרעפן עצות און התחזקות, ער זאל זיך ווידער שטארקן אהיים צו גיין און זיך איבערבעטן מיט זיין ווייב, ער זאל זיך אויפוועקן פון שלאף און זיך דערמאנען אז עס איז יא דא צו וועם צו גיין אין אן עת צרה, ער זאל זיך עפענען דאס מויל און געבן א קרעכץ צום אייבערשטן "באשעפער, איך וויל זיין ערליך", ער זאל טראכטן א מינוט פון תכלית, און אנהייבן פון יעצט עפענען א חומש, א משניות, א גמרא, און אריינכאפן עטליכע מינוט יעדן טאג פון לערנען די הייליגע תורה, און עפעס מיטנעמען מיט זיך אויף יענע וועלט.
גאר אסאך אידן פארציילן ווי דער גליון האט זיי שוין געראטעוועט אין א שווערע מינוט, ווען זיי האבן "פונקט" (דהיינו בהשגחה עליונה) באגעגענט דעם גליון און געזען א ווארט פון רבין, א מעשה'לע פון מוהרא"ש, א טרעפליכע תשובה פון ראש ישיבה, און דאס האט זיי געכאפט, און האט זיי צוריק געברעגנט, און האט זיי געראטעוועט פון טון נארישקייטן.
אִיר מֶעגְט עוֹסֵק זַיין אִין אַנְדֶערֶע פַּרְנָסוֹת אוֹיךְ. נָאר דָאס זָאלְט אִיר זֶען תָּמִיד צוּ טָאן, אָנצוּטְרִינְקֶען בֵּיימֶער (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחיגר)