"גליון ליין" - נייע וועכנטליכע אויסגאבע דורך תלמידי כיתה ח' פונעם שטעטל
א תמוז תשפ"ו 📝
א הערליכע פרישע אויסגאבע האט לעצטנס אנגעהויבן צירקולירן אינעם שטעטל אונטערן נאמען "גליון ליין". ווי נאר מען נעמט עס אין די הענט אריין, ווערט גלייך קלאר אז דאס איז נישט סתם נאך א גליון ווי אלע אנדערע גליונות וואס קומען ארויס ביי אונז אין קהילת היכל הקודש; עס איז עפעס אינגאנצן אנדערש און אייגנארטיג.
נאכן בלעטערן אינעם גליון באקומט מען א קלארע בילד: עס רעדט זיך דא פון א רייכע אויסגאבע וואס די חשוב'ע קינדער פון קרית ברסלב, כיתה ח', געבן ארויס יעדע וואך. דאס איז אן עכטע חידוש וואס מען האט אינעם שטעטל נאכנישט געזען ביז היינט. עס איז נישט קיין גליון וואס די קינדער געבן ארויס באהאלטענערהייט, נאר עס קומט ארויס מיט די פולע רשות און שטיצע פונעם חדר.
די גאנצע געשיכטע פונעם גליון האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק, ווען דער מלמד הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א האט פארגעשלאגן אן איידיע צו מאכן א וועכנטליכע קלאס-בלעטל. אנפאנג האט מען געטראכט עס צו רופן "כיתה ח' באשרייבט", און הילד החשוב מענדי מעדלאוויטש נ"י האט עס אנגעפירט, ווען די ערשטע וואך איז עס געווען בלויז איין זייט גרויס.
מיט דער צייט האט מען אריינגענומען פרישע כוחות און אויפגענומען א רעדאקטאר, הילד החשוב נתנאל היילפרין נ"י – דער זון פונעם חבר הנהלה מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו. ער האט פארגעשלאגן צו מאכן א געהעריגע אויסגאבע און עס אראפלייגן אין אלע בתי מדרשים איבערן גאנצן שטעטל, כדי דער ברייטער ציבור זאל קענען הנאה האבן פון זייער שיינע ארבעט.
דאן האט מען באשלאסן אז עס איז צייט צו געבן א געהעריגן נאמען. לכתחילה האט מען געטראכט עס צו רופן "קינדער ליין", אבער וויבאלד עס עקזיסטירט שוין א באקאנטע אויסגאבע מיט אן ענליכן נאמען, האט מען באשלאסן עס א נאמען צו געבן "גליון ליין". די קינדער ארבעטן אויפן גליון מיט גרויס פלייס אינדערהיים, און אזוי אויך יעדן טאג אין חדר ביי די הפסקות פון ריסעס און לאנטש.
מיט דעם האט זיך דער גליון שטארק אויסגעברייטערט, און עס פארמאגט שוין א גאר רייכן תוכן וואס ווערט צונויפגעשטעלט דורך פארשידענע תלמידים אינאיינעם מיט די הנהלה:
• ארטיקל פונעם מנהל: דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראסער שליט"א שרייבט א וועכנטליכן ארטיקל.
• א בריוו פונעם ראש ישיבה: אנגעהויבן פון פרשת בהעלותך שיקט דער ראש ישיבה שליט"א א הערליכן בריוו ספעציעל פארן גליון.
• פארזעצונגען און מעשיות: עס זענען דא צוויי זייטן פון א פארזעצונג איבער די צווייטע וועלט מלחמה, מעשיות פון תפילה פון די קינדער, א קאמיקס מיט א לימוד פון די פרשה, און א ספעציעלע אפטיילונג "דרייסט" איבער מסירות נפש פאר ברית מילה אין קאמוניסטישן רוסלאנד.
• "א געהיימעניס אין ניו יארק": א שפאנענדע פארזעצונג געשריבן דורך יוסי אינדיג נ"י, וועלכער מאלט אויך אן אייגענע קאמיקס פארן בלאט.
• קאמיקס פון "קינדער שפיל": רוב קאמיקסן ווערן גענומען מיט פולן רשות פון די באקאנטע "קינדער שפיל" אויסגאבע.
• דברי תורה: צוויי בלעטער מיט דברי תורה צוגעגרייט דורך יוסי פעלדמאן נ"י.
• נפלאות הבורא: אן אפטיילונג צום סוף מיטן נאמען "שהכל ברא לכבודו", וואס ברענגט אינטערעסאנטע ידיעות איבער חיות און בהמות, צוגעשטעלט דורך יוסי אינדיג נ"י.
ס'איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אינעם גליון ווערט אויך דערמאנט די ארגאניזאציעס "חברים" און "חביבים", וואו די קינדער וואס זענען מעמבערס אין די "קינדער ווערסיע" פון די דאזיגע ארגאניזאציעס, טוען חסד איינער מיטן צווייטן ווען ס'פעלט זיך אויס. אזוי אויך ווערט דערמאנט אן אייגנארטיגע ארגאניזאציע "חרוסת", וואס איז געעפנט געווארן דורך יוסי פעלדמאן נ"י אינאיינעם מיט ארי פרידמאן נ"י, מיטן ציל ארויפצוברענגען א שמייכל אויף די פנימ'ער פון יעדן איינעם.
יעצט אין די קומענדיגע זומער חדשים, ווען די קינדער געפינען זיך אין קעמפ און זענען מער פארנומען מיט שפילן, שפרינגען און לויפן, פלאנען זיי ווייטער ארויסצוגעבן דעם גליון, אבער אין א קלענערן פארמאט פון בערך צוויי אדער דריי בלעטער. דער פלאן איז אבער אנצוהאלטן די אויסגאבע פאר א לאנגע צייט, און די קינדער האפן אז מיט די צייט וועט עס נאר אויסוואקסן שענער, גרעסער און בעסער.
פאר קאמענטארן אדער שאלות קען מען רופן אדער טעקסטן צו 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.