דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט, "איך זעה אז מיט תורה'ס גייט עס נישט, וועל איך אנהייבן צו דערציילן מעשיות." דער הייליגער רבי האט אין יענע תקופה אנגעהויבן צו פארציילן פאר אנשי שלומינו דרייצן גאר אינטערעסאנטע מעשיות. אויבן אויף קענען די מעשיות אויסזען ווי סתם מעשיות, א קעניג האט געהאט א טאכטער, זי האט זיך פארלוירן; צוויי חברים איינער א חכם, כאפט אלעס אויף, און דער צווייטער א תם, א בטלן, קען קוים מאכן א שיך מיט דריי עקן; צוויי קליינע קינדער לעבן איבער נאכן ווערן פארלוירן אין וואלד, און דערנאך האבן זיי חתונה; צוויי שכנים אן ארימאן, און א סוחר, האבן נישט קיין קינדער, דער סוחר ראטעוועט די פרוי פונעם ארימאן, ביידע ווערן געהאלפן מיט א קינד, און עס גייט אריבער וואס עס גייט אריבער ביז דער שידוך קומט צושטאנד; אזוי פארציילט דער רבי די דרייצן וואונדערליכע מעשיות. אבער דער הייליגער רבי האט געזאגט אז זיינע מעשיות זענען נישט קיין פשוטע מעשיות געמאכט איינצושלעפן, פארקערט, דאס זענען הייליגע מעשיות וואס וועט אויפוועקן אידישע קינדער פון שלאף. מען קומט מען גייט, מען לויפט מען פארקויפט, און מען פארגעסט אינגאנצן פון תכלית, מען זעט געלט, כבוד, תאוות, מען קוקט נישט ארויף צום אייבערשטן. די הייליגע מעשיות דערמאנען א מענטש מה חובתו בעולמו, מיר זענען קינדער פונעם אייבערשטן דער קעניג פון דער וועלט, מיר זענען פארלוירן, דער צדיק דערמאנט אונז "גיי צוריק צום אייבערשטן, דיין טאטע זוכט דיר, שריי צו אים", און אזוי ווערן מיר ערוועקט צו ווערן ערליכע אידן.
 
ווי דער מנהג אין ברסלב, דערציילט דער ראש ישיבה די הייליגע מעשיות יעדן שבת קודש נאך מוסף, ווי אנשי שלומינו קומען הערן די הייליגע ווערטער ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון די מעשיות וויאזוי מען קען האבן אויף דער וועלט א זיסע לעבן, וויאזוי מען קען האבן שלום בית אפילו מיט די שווערסטע פרוי, וויאזוי מען קען פועל'ן ביים אייבערשטן אלע ישועות וואס מען דארף, מען זאל נאר עפענען דאס מויל און זאגן עטליכע ווערטער צום טאטן וואס ווארט שוין אזוי לאנג צו הערן פון אונז.
 
אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט האבן כסדר געזאגט, הלואי קענען מיר אויך הערן די ליכטיגע דיבורים, די געשמאקע חיזוק פונעם ראש ישיבה ביי סיפורי מעשיות. דערפאר האבן עטליכע אנשי שלומינו גענומען אויף זיך די אויפגאבע אראפ צו שרייבן יעדע וואך די אלע שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה ביי סיפורי מעשיות, מען דרוקט עס אפ אין א הערליכע גליון "סיפורי מעשיות" וואס ווערט צושפרייט איבער די וועלט מיט וואס טויזנטער אידן זענען זיך מחיה יעדע וואך.
 
יעצט איז דער גליון אנגעקומען צום סימבאלישן נומער "הונדערט", איז צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן וואס האט אראפגעשיקט אזא מתנה פאר אונז דער הייליגער רבי וואס איבער צוויי הונדערט יאר נאך זיין פטירה קענען מיר נאך געניסן פון זיינע תורות, שמועסן, און מעשיות, וואס דאס פלאמט אויף און וועקט אויף אונזער הארץ צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.