געלויבט דעם אייבערשטן אז אין בלויז 3 חדשים פון יעצט וועלן מיר זיך אלע געפינען אין שטאט אומאן בצל הקודש פון הייליגן רבין אויף ראש השנה תש"פ הבעל"ט.
די בוי מייסטערס שטרענגען זיך אן און איילן זיך צו צו ענדיגן דעם בנין, אזוי אז אנשי שלומינו זאלן האבן א רואיגע און ריינע ווינקל אינעם ווירבלענדיגן שטאט אומאן, ווי מיר זאלן קענען פארברענגען די פאר טעג מיט הרחבת הדעת.
זינט דעם פארגאנגעם ראש השנה איז שוין געמאכט געווארן אסאך פארשריט:
* מען האט ארויפגעצויגן די סטרוקטור פון שטאק 5 און 6.
* מען האט שוין ב"ה געענדיגט די דרויסענדיגע ווענט פון אלע 6 שטאקן.
* די טרעפ פון פארנט און פון הונטן זענען שוין געענדיגט ביז אויבן.
* די עלעוועטער שעפט איז שוין פארענדיגט.
* מען האט ארויפגעצויגן די קוימען פאר די צוויי גיגאנטישע בוילערס ביזן דאך.
יעצט גייט ווייטער אן די ארבעט פלייסיג:
* מ'לייגט יעצט די פעך אויפן דרויסנדיגע דאך, עס זאל נישט אריינרעגענען.
* מעענדיגט די 12,500 גאלאנדיגער וואסער טאנק.
* מארבט אויף די זעקס קוועלער עס זאל בעז"ה שפורדלען פרישע וואסער גענוג פארן געברויך.
* מ'עענדיגט צו אינסטאלירן די צוויי גיגאנטישע הייס וואסער בוילערס.
* מ'ענדיגט די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן, די טיילס, און בית הכסא'ס.
מיר אלע הערן דעם הייליגן רבינ'ס רוף "ווער עס גלייבט אין מיר זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה", מיר גלייבן מיט אמונת חכמים אין הייליג רבין וואס האט געזאגט "יעדער זאל קומען, קיינער טאר נישט פעלן", "אויך וועם איך קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען איך פאררעכטן ראש השנה", און מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאל האבן די זכי' צו פאלגן דעם הייליגן רבין בתמימות ובפשיטות און קומען קיין אומאן אויף קומענדיגן ראש השנה הממשמש ובא, און אויסנוצן די הייליגע טעג זיך אויסצובעטן א גוט יאר פאר זיך און די גאנצע משפחה.
פילע האבן זיך שוין טאקע איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי אויך האבן שוין פילע ארויסגענומען א בעט אינעם נייעם בנין, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספער. צו דינגען א בעט קען מען רופן 347-452-1936.
 
"מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה"