דער כולל היכל הקודש איז נישט א כולל ווי יעדער חתן א טאג נאך די חתונה מוז אריינגיין פשוט ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן, נאר דאס איז א כולל אזוי ווי די גדולי ישראל אין די פריערדיגע דור האבן עס אהער געשטעלט אלץ א פלאץ ווי אינגעלייט תורתם אומנתם זאלן קענען זיך משלים זיין אין אלע מקצועות התורה.
 
די אינגעלייט אין דעם כולל בטל'ן נישט קיין צייט, זיי זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה און אקערן דורך איין מקצוע נאך די אנדערע, און דערנאך לאזן זיי זיך פארהערן ביי גרויסע רבנים, וואס דרוקן אויס גרויס התפעלות ווי שטארק זיי זענען בקי אין די פילע הלכות.
 
יעצט האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם גבאי מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו אז ער זאל העכערן דעם געהאלט צו דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך כדי די אינגעלייט זאלן ווייטער קענען לערנען אומגעשטערט.
 
פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה פון פאריגע וואך, איבער דעם:
 
יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן
 
לכבוד ... נרו יאיר
 
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז איינער ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים. זיי ממשיך מיט דרוקן די ספרים פון רבי'ן וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, דאס וועט ברענגען די גאולה.
 
פינף כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט הלכות מקוואות, איך האב יעצט באקומען די צעטלעך וואס די רבנים שרייבן זיי, די רבנים דרוקן זיך אויס אז זיי האבן זייער גוט געקענט. איך וויל געבן פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט - עפעס מער, זאלסטו אנגרייטן דעם חודש ווען מען צאלט די כולל אינגעלייט נאך א טויזנט דאללער, פאר די פינף אינגעלייט: ר' יונה, שלמה, יענקי, חזקי, און אלי' פערל. א גרויסן יישר כח.
 
אויך וויל איך פון היינט און ווייטער ארויפגיין מיט די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, אנשטאט צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך - דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך, איך וויל זיי צאלן יעדע דריי וואכן טויזנט פופציג.
 
גרייט מיר אן פאר אלע אינגעלייט זייער געהאלט פאר פרשת חיי שרה, תולדות און פאר ויצא; איך האף צו קומען איין טאג קומענדיגע וואך אין שטעטל - וועל איך עס נעמען פון דיר.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
 
אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה