היינט איז געווען די ברית פון אן אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א ביי א זון פון זיין איידעם הר"ר נתנאל שליט"א. דער זיידע הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געווען דער סנדק, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט די ברכות און געגעבן דעם נאמען 'יחזקאל', נאכן זיידן דער קארלסבורגער רב זכרונו לברכה.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביי די סעודה וואס ער האט געהערט פון מוהרא"ש זי"ע, מען ווינטשט: "כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", 'כשם' מיטן נאמען וואס מען האט געגעבן פארן קינד - ביים ברית, 'כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים' - דאס זאל אים העלפן צו לערנען און דאווענען; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, ווייל דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האב געהערט פון מוהרא"ש, דער גרויסער גאון רבי שלמה קלוגער זכר צדיק לברכה איז געווען אמאל ביי א ברית, און מען האט זיך דארט זייער פארזוימט, האט ער געפרעגט: "וואס ווארט מען?" האט מען אים געזאגט אז דער טאטע פונעם קינד גוסס'ט און מען ווארט אז דער טאטע פונעם קינד זאל שטארבן, מען זאל קענען געבן א נאמען פארן קינד נאך זיין טאטע. האט דער גרויסער גאון געזאגט: "איך פארשטיי נישט וואס מיט ענק גייט פאר, מאכט שוין דעם ברית, אזוי וועט אליהו הנביא קומען צו גיין און מען וועט אויסבעטן פאר די חולה ער זאל האבן א רפואה שלימה", וכך הוה, מען האט געמאכט די ברית און מען האט גע'פועל'ט א רפואה פארן טאטן פונעם רך הנימול, ביז דריי טעג איז ער שוין געגאנגען אויף זיינע פיס; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין ביי א ברית.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט ווייטער געזאגט אז אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, און אלע וואס זענען ביים ברית - איז מען מוחל אלע עבירות. אפילו מען זעט נישט אליהו הנביא, דארף מען וויסן - אז גלייבן איז מער ווי זען, אז מען גלייבט אז אליהו הנביא געפינט זיך ביי א ברית איז דאס נאכמער ווי זען. מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער נודע ביהודה זכותו יגן עלינו האט איינמאל פסח ביים סדר נאך 'שפוך חמתך' - אראפבאגלייט ביזן גאס אליהו הנביא און אים באגריסט: "גוט יום טוב!" ווען ער איז צוריק געקומען צום סדר האט ער געזאגט: "איר מיינט איך האב געזען אליהו הנביא, דעריבער בין איך געגאנגען באגלייטן? איך וועל ענק זאגן, איך האב אים נישט געזען און דאך בין איך געגאנגען באגלייטן, ווייל איך גלייב אז ער איז דא, און גלייבן איז נאך מער פון זען".
 
דער זיידע קארלסבורגער רב שליט"א האט זיך באטייליגט מריחוק מקום וקירוב הלב זייענדיג אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי. וואו ער וויילט אלע יארן פון נאך תשעה באב ביז א' סליחות, און גרייט זיך דארט פאר די הייליגע טעג.


מען האט אויך געהערט פאסיגע ווערטער פון די אנדערע זיידעס און עלטער זיידעס שליט"א הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א און הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס האבן געזאגט פאסיגע דברי תורה וברכה.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן, זה הקטן גדול יהי', כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און אלע זאלן זען ישועות און רפואות.