ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך, איז דער ראש ישיבה שליט"א געבליבן אין מירון ביי זיין טאטע קארלסבורגער רב שליט"א ביז נאך שבת קודש.
 
נאך ל"ג בעומר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אין א בריוו פול מיט התרגשות: "טייערע אנשי שלומינו, דא אין מירון ביי רבי שמעון איז א מורא'דיגע פרייד, מען שפירט א מורא'דיגע שמחה און אחדות, ל"ג בעומר טאנצט מען דא, אלע סארט אידן טאנצן שעות אויף שעות אינאיינעם, א זאך וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש, בפרט די יאר איז געווען אן אויסנאם פון שמחה, נאכדעם וואס מען איז געווען דערשראקן אז מען גייט נישט קענען קומען; די אלע וואס האבן זוכה געווען צו זיין דא האבן זיך אזוי מאחד געווען, מיט א גרויסע שמחה".
 
שבת קודש אינדערפרי ביים סעודה האט דער ראש ישיבה'ס טאטע מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו רעדן אפאר ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט פון דעם וואס חז"ל זאגן "הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם", אסאך האבן געוואלט נאכמאכן רבי שמעון אבער עס איז נישט געגאנגען, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "א מענטש דארף זען נישט צו זוכן גרויסע הויכע קבלות, מען דארף נעמען קבלות וואס מען קען טון לעובדא ולמעשה", אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די געוואלדיגע עצה וואס מען דארף מיטנעמען, תפילה והתבודדות, "זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן ביי יעדע מצב וואו מען איז, און געדענקען אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד אין יעדע צייט".
 
מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה אריבער געפארן ביים ברסלב'ע שטעטל יבנאל און געפראוועט מלוה מלכה ביי הרב רבי יצחק לעסער שליט"א, צוזאמען מיט א שבע ברכות ביי אן אייניקל פון רבי יצחק שליט"א.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט גערעדט אפאר ווערטער און געזאגט: "היינט איז די יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס געפאלט אויס ביי די ספירה פון 'חסד שביסוד', וואס דאס האט מוהרא"ש געזוכט אריינצוברענגען אין אונז אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער ווען זיי זענען נאך ריין און ערליך".
 
אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז עס איז נישט שייך צו זיין אן ערליכער איד אויב מען איז נישט דבוק אין אן ערליכער איד און מען פאלגט אים, דאס איז וואס מען זעט כסדר אין זוהר הקדוש, "וואויל זענען די צדיקים וואס ווייסן די סודות התורה, און וואויל זענען די מענטשן וואס גייען נאך די צדיקים".
 
שפעט ביינאכט איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און זיך דארט גוט אויסגעוויינט און געבעטן פאר זיך און פאר יעדן איינעם בפרטי פרטיות.
 
בשעת דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען ביים ציון איז אויך דארט געווען הרב רבי נחמן שיק שליט"א דער זוהן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
 
פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א צוריק געפארן קיין מירון און זיך געשטעלט דאווענען שחרית כוותיקין.
 
שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט צו די הייליגע קברים פון די תנאים ואמוראים וואס ליגן אין שטאט טבריה, און אויך צו די תלמידי בעל שם טוב הקדוש אין טבריה.
 
פון דארט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ירושלים זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו:
 
"זונטאג נאכט וועל איך זיין אין ירושלים, איך וויל זיין א טאג מיט אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. זיי זענען נאכנישט אלט, זיי זענען פריש, איך האף זיי וועלן בלייבן פריש; זייער קאפ טראכט נישט פון זיך באקוועם מאכן, זיי טראכטן פון הפצה; 'נאך א איד זאל וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות'.
 
איך קען נישט גיין צווישן מענטשן ווייל וואו איך גיי און שטיי קומען מענטשן זאגן ווי זייער לעבן האט זיך אנגעהויבן פונדאסניי זייט זיי הערן די זיסע עצות פון רבי'ן און דורך די בריוו וואס זיי ליינען.
 
מיר דארפן צוריק פריש ווערן."
 
די שמחה איז געווען גאר גרויס ווען אנשי שלומינו האבן זיך געטראפן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א נאכ'ן זיך נישט טרעפן פאר א שטיק צייט.
 
דער בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מיט אנשי שלומינו, אויך האט מען געעפענט די ווייבער שול כדי עס זאל זיין פלאץ צו מיטהאלטן דעם שיעור פונעם ראש ישיבה.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן גאר א שיינעם שיעור  פון וואס אלע זענען ארויס מיט חיזוק און עצות אויף ווייטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פון די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען 'התבודדות - רעדן צום אייבערשטן', "וואו איך בין רעד איך צום אייבערשטן, איך מאך מיט די ליפן און שטילערהייט בעט איך דעם אייבערשטן וואס איך דארף".
 
אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארום גערעדט פון דעם אז מען דארף איבערגעבן די זיסע עצות פאר נאך אידישע קינדער וואס ווייסן נישט פון דעם, און זיי האבן נאך נעבעך א שווער לעבן ווייל זיי ווייסן נישט אז מען קען אלעס פארציילן פאר'ן אייבערשטן.
 
ביים סוף איז פארגעקומען א סיום הש"ס פון א אינגל און א סיום הש"ס פון א בחור, נאכ'ן סיום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ פאר א שטיק צייט, זיך פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם רבי'ן וואס געבט אונז א וועג צו לערנען אין אלע מצבים, און לערנט אונז אויס אז אפילו איך פארשטיי נישט וואס איך לערנען, זאל איך ווייטער לערנען, און ביים סוף וועט מען שוין זוכה זיין צו פארשטיין.
 
דערנאך האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן שרייבן א פרישע ספר תורה פאר די קהילה, און אהיים צו זיין אכסניה אין ירושלים, פאלגט נאך ווייטער מארגן אי"ה.