עס גלייבט זיך שווער אז מען האלט שוין גאנצע אכט יאר זינט די פטירה פונעם גרויסן צדיק, עס וואקסט שוין אונטער א  פרישע דור וואס האט נישט געזען מוהרא"ש, אבער דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג, אז מען קען היינט אויך קענען דעם צדיק, דורכן לערנען יעדן טאג זיינע הייליגע ספרים, דורכן פולעווען אינעם הייליגן ספר "אשר בנחל" איז מוהרא"ש נאך דא מיט אונז, און מיטן לערנען זיינע הייליגע ספרים שפירט מען א גילוי אלקות, מען הייבט אן זיך צו פרייען אז מען איז א איד, מען הייבט אן שפירן אז דער אייבישטער דארף מיך יא, איך האב נאך א האפענונג.
 
דער הייליגער ציון אין יבנאל איז געווען באלאגערט דורך צענדליגע טויזנטער אידן וואס האבן אויסגענוצט דעם גרויסן טאג, און געקומען מתפלל זיין ביים הייליגן ציון, דער אייבישטער זאל העלפן אלע זאלן האבן געפועלט אלעס גוטס.
 
אין די גאנצע וועלט זענען זיך טוינזטער אידן צוזאם געקומען לכבוד דעם גרויס יארצייט פון אונזער גרויסן רבין מרן מוהרא"ש זי"ע, וואס אונזער דור האט געהאט די זכיה אז ער האט באשיינט און באלאכטן די וועלט מיט זיינע טויזנטער ספרים און הונדערטער טויזנטער בריוו וואס ער האט אונז איבערגעלאזט. עס זענען שוין אנגעקומען באריכטן פון די יארצייט סעודות פון ירושלים עיה"ק, בני ברק, טבריה, יבניאל, לאנדאן, און אין קרית טאהש.
 
דער צענטראלע סעודת הילולא איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג אין בית המדרש היכל הקודש אויף סקילמאן סטריט, וואס איז מיטגעהאלטן געווארן מיט א לייוו הוק אפ אין בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, און אין שטעטל.
 
ביים יארצייט האט מען געהאט די זכיה צו הערן א הערליכע שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע גערעדט וויאזוי מוהרא"ש איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין דורך א קליין ספר וואס א מפיץ האט איבערגעלאזט ביי זיין טאטן, און דער ספר איז אים אזוי אריין אין די ביינער און עס האט אים ממש איבערגעדרייט זיין לעבן, וואס ביז דאן פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן אויף זיך אז ער איז געווען א לעבעדיגע בחור, ער נישט געהאט קיין געדולד צו לערנען, אבער פון ווען ער האט געטראפן ברסלב, איז ער נהפך געווארן לאיש אחר, ער איז געווארן א מתמיד עצום, ער האט אנגעהויבן צו מקיים יעדע שיחה פון הייליגן רבין, ער האט אנגעהויבן צו רעדן צום אייבערשטן און ער האט געזען אז דא איז דא אן אוצר וואס קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, און עס איז אים געגאנגען בנפשו, ווי קען מען לאזן אידישע קינדער אין דעם שווערן גלות אין אזא פינסטערניש? ווען מען האט דא אזא לעכטיגקייט אזא רבי וואס קען אריינשיינען אין די צובראכענע אידישע קינדער האפענונג, ער קען זיי מאכן טראכטן אז זיי קענען יא, דער אייבישטער דארף זיי יא, אפילו עס איז אריבער וואס איז אריבער, קען מען נאך אייביג פאררעכטן. דער ראש ישיבה האט אסאך ארום גערעדט פון הפצה, און אז די בעסטע וועג פון הפצה אין געבן א קונטרס, און אז א מענטש האט קשיות אויף ברסלב, אויף היכל הקודש, זאל מען אים געבן א ספר און זאגן "דא וועסטו טרעפן א תירוץ אויף אלע דיינע קשיות" און עס איז א שאד אריינצוגיין אין ווכיחים וואס ברענגט נישט קיין נוצן. דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי מוהרא"ש האט זיך דערהאלטן און זיך נישט נאכגעלאזט טראץ אלע זיינע צרות, ווען מען האט געזען די לעכטיגע צורה פון מוהרא"ש האט מען געקענט מיינען אז דא רעדט מען פון א מענטש וואס אלעס גייט אים גוט, בשעת ער האט געליטן אין זיין גאנצן לעבן פון אזעלעכע געבראטענע צרות מבית ומבחוץ. דער ראש ישיבה האט גערעדט פון דאס גרויסקייט פון גיין צום ציון פון מוהרא"ש וואס מ'קען דארט זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אלע ישועות, און די זעלבע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט קען מען טון מיטן עפענען אן אשר בנחל, וואס איז אזוי ווי מען איז ביים הייליגן ציון, און דורך לערנען דעם הייליגן ספר צינדט זיך אן דעם מענטש'ס נשמה, מען באקומט אזא התעוררות, עס וועקט אויף דעם מענטש פון שלאף און מען קומט צוריק צום אייבערשטן.
 
דער ראש ישיבה'ס שמועס הערליכע וואס איז כדאי אויסצוהערן, האט זיך געצויגן פאר איבער א שעה. מען קען עס שוין מיטהאלטן דא אויף ברסלב סענטער, אזוי אויך קען מען עס שוין הערן אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין.
 
נאכן בענטשן האט מען געזען א הערליכע רעקארדינג פון א שיעור פון מוהרא"ש זי"ע מוהרא"ש טייטשט דארט צווישן דער פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם" דער אייבישטער זאגט פאר די אידן, איך געב דיר "היום" א טאג, "ברכה וקללה" און דו קענסט זיך אויסוועלן צי דער טאג זאל זיין א געבענטשטע טאג אדער חלילה א געשאלטענע. ווי די פסוק זאגט דארט ווייטער, אויב מען וועט פאלגן דעם אייבערשטן, וועט מען האבן פון אלעם גוטן, אויב חלילה פערקערט איז פארקערט.
 
אזוי אויך איז פארגעקומען ביים יארצייט אין אלע פלעצער אן אפיעל פארן שווארץ אפל פון היכל הקודש, "הפצה", דער ציבור אנשי שלומינו האט זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים צו קענען ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים.
 
ווער עס וויל זיך נאך משתתף זיין, קען רופן מו"ה לייבי ראטה הי"ו, און געבן לעילוי נשמת דעם הייליגן צדיק.
 
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו