געהויבענע ימים טובים הבעל"ט אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
יג אלול תשפ"ד 📝
צהלי ורוני יושבת קרית ברסלב, די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען זייער פרייליך מיט די נייעס אז זיי וועלן האבן די זכי' צו האבן דעם ראש ישיבה שליט"א פאר גאנץ חודש תשרי.
לויט'ן פלאן מיטן אייבערשטנ'ס הילף, וועט דער ראש ישיבה קומען אין שטעטל תיכף נאך ראש השנה פון אומאן, און וועט דארט פארבלייבן ביז נאך שמחת תורה.
דעם הייליגן טאג יום כיפור און אזוי אויך די ערשטע טעג סוכות וועט דער ראש ישיבה בעז"ה דאווענען אין בית המדרש אויף האשקי, און שמחת תורה וועט מען בעז"ה פראווען אין ירושלים שול אין שטעטל. אלע וואס ווילן דינגען א זיץ אין בית המדרש אויף האשקי זאלן זיך מעלדן צום גבאי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו ווי פריער, כדי יעדן צו קענען צופרידנשטעלן.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער טוט דאס כדי גרינגער מאכן פארן עולם, ווייל אלע יארן פלעגן פילע אריינפארן אין שטאט אויף שמחת תורה, און אויסער די פילע טירחות פאר צענדליגע משפחות, קאסט עס אויך גרויסע געלטער צו דינגען דירות, דערפאר האט דער ראש ישיבה מחליט געווען צו טוישן היי יאר די פלענער און זיין אין שטעטל אויף סוכות.
די גבאים פון ירושלים שול זענען שוין געזיצן מיט די גבאים פון האשקי שול, צו אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון שמחת תורה, אז ס'זאל זיין צוגעשטעלט אויפן בעסטן אופן פאר מענער, פרויען און קינדער.
אין די זעלבע צייט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די הנהלה פון שטעטל האט אנגעהויבן בויען א פראקטישע שטארקע שארטקאט צווישן די מארקס און ירושלים גאסן, וואס וועט שטארק פארגרינגערן פאר די תושבים און זיי פארשפארן פון דארפן קריכן אויף לאנגע וועגן ארום און ארום.
עס איז גאר מערקווירדיג די אחדות אין שטעטל ווי יעדער וואס האט נאר געקענט האט אזוי שיין זיך צוגעשטעלט, צוערשט איז מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו אנטקעגן געקומען צו מנדב זיין די הוצאות פון בויען דעם שארטקאט, און אזוי אויך האבן פילע פראפערטי אייגענטומער געגעבן רשות בסבר פנים יפות מען זאל דורכשניידן זייער פראפערטי. מען זעט ווי אנשי שלומינו פארשטייען אז די נכסים וואס זיי פארמאגן אויף דער וועלט איז נישט זייער "פיוטשער", זיי קוקן אן דער וועלט מיט די ריכטיגע בליק, אלץ א פרוזדור לטרקלין.
די סעודת הילולא פון הייליגן רבין וואס געפאלט אויס אום חול המועד סוכות פלעגט ביז יעצט אפגעראכטן ווערן אין וויליאמסבורג, וועט היי יאר אפגעראכטן ווערן בעז"ה אויף א שיינע פארנעם, פרטים וועלן געמאלדן ווערן בקרוב בעז"ה.