גאר געהויבענע און פרייליכע מאמענטן האבן אנשי שלומינו מיטגעלעבט דעם זונטאג ביים "מעמד הכתרה", ווען מען האט אויפגענומען דעם חשובן דיין, הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, אלס דיין ומורה צדק אין קרית ברסלב ליבערטי.
פילע הונדערטער אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ווי אויך די קרובי המשפחה פונעם דיין שליט"א וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה.
דער עולם האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה ווי עס פאסט פאר אזא חשובער מעמד, און הנאה געהאט פון די טאלאנטפולע "הלוים" קווייער וואס האט מהנה געווען דעם ציבור.
דער אויבנאן איז באשיינט געווארן דורך חשובע רבנים און דיינים, טייל ביי וועמען דער דיין שליט"א האט געלערנט און גענומען שימוש, פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון די חשובע רבנים און דיינים; הרה"ג ר' שמחה שטראהלי שליט"א, דומ"ץ קהל עדת יראים וויען; הרה"ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט"א, דומ"ץ דעברעצין; הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעטץ שליט"א; דומ"ץ במאנסי ומומחה גדול לעניני עירובין, וואס האט געבויעט דעם גיגאנטישן פראכטפולן עירוב אין קרית ברסלב און געבט דעם הכשר דערויף; זיין זון הרה"ג ר' חיים מאיר שטיינמעטץ שליט"א; הרה"ג ר' שאול יחזקאל פאנעט שליט"א, מו"ץ בבית הוראה קארלסבורג; הרה"ג ר' אברהם גראס שליט"א, דומ"ץ במאנסי; הרה"ג ר' אלחנן רוטה שליט"א, א ברודער פונעם ראש ישיבה שליט"א; הרה"ג ר' יודל זינגער שליט"א, טאטע פונעם דיין שליט"א; הרה"ג ר' שמחה פנחס שטראהלי שליט"א, שווער פונעם דיין שליט"א, עטליכע רבני כולל "היכל הקודש"; און נאך.
דער יושב ראש, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, האט געעפנט דעם מעמד מיט א ברוכים הבאים פאר אלע פארזאמלטע, און האט ארויסגעברענגט די פרייליכע און ווארעמע געפילן אין אזא צייט ווען מ'נעמט אויף א דיין אין שטאט, נאכדעם וואס דער שטעטל צואוואקסט זיך אזוי שנעל און שיין, בכמות ובאיכות.
דאן האט ער פארגעליינט א בריוו פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס געפונט זיך יעצט אין עיה"ק מירון אין ארץ ישראל און דערפאר האט ער זיך נישט געקענט באטייליגן ביים מעמד, און האט געשיקט ספעציעל א בריוו לכבוד די הכתרה. אינעם בריוו ברענגט דער רב שליט"א ארויס זיין שמחה אז מ'נעמט אויף דעם חשובן דיין אין שטעטל, מיט וועמען ער האט אסאך געלערנט און קען מעיד זיין אז ער איז ראוי לאותו איצטלא, צו פסק'ענען שאלות פאר אידישע קינדער, און ער ענדיגט צו מיט א בקשה צו די איינוואוינער פון שטעטל צו מכבד זיין דעם דיין ווי עס פאסט, און אויסהערן און פאלגן זיינע הוראות.
דערנאך האט מען מכבד געווען דעם דעברעצינער דיין שליט"א מיט א דרשה. דער דעברעצינער דיין האט ארויסגעברענגט זיינע געפילן איבער דעם וואס מ'נעמט אויף דעם חשובן דיין אין שטאט, די זכי' אז מ'קען אויפנעמען א דיין וואס איז אויפגעוואקסן שוין פון אלס קינד דא אין די קהלה ביים ראש ישיבה שליט"א, און ער האט זיך ארויפגעארבעט אלס אזא גרויסער תלמיד חכם און מורה הוראה מובהק, וואס קען און ווייסט ווי אזוי צו פסק'ענען לאמיתה של תורה. דער דיין שליט"א האט דערציילט אז אין די ערשטע העלפט פונעם זומער איז ער געווען אינדרויסן פון שטאט, טאקע נישט ווייט פון קרית ברסלב, און דאן האט ער געשטעלט דעם דיין ר' יונה שליט"א אויף זיין פלאץ אין שטאט, צו פסק'ענען שאלות, וויסנדיג אז ער קען זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אים.
און גלייכצייטיג האט ער אין די צייט קעגנגעלערנט די איינוואוינער פון שטעטל, די ערליכקייט און איידלקייט וואס מ'זעט אויף תלמידי היכל הקודש, יראים ושלמים, דאס בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, וואס איז א זעלטענהייט צו זען. גלייכצייטיג האט ער ארויסגעברענגט די פילע מעלות פונעם פרישן דיין שליט"א, און צוגעענדיגט מיט ברכות אז דער דיין שליט"א זאל מצליח זיין אין זיין הייליגע ארבעט.
דאן איז ארויפגעקומען אויפ'ן בימה איינער פון די חשובע חברי הנהלת הקהלה, מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו, וואס האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות אינעם שטעטל; ער האט פארגעליינט דעם "כתב התמנות", אויפצונעמען דעם פרישן דיין שליט"א צו דינען אלס דומ"ץ קרית ברסלב ליבערטי. דערנאך האט ער גערעדט אפאר ווערטער לשבחם פון די חשובע אינגעלייט, די חברי הנהלת הקרי', וואס ארבעטן אזוי שווער אויפצובויען דעם שטעטל, די פילע יגיעה און פלאג וואס ווערט אריינגעלייגט אז דער שטעטל זאל וואקסן און בליען לשם ולתפארת, און וויפיל מ'דארף זיי מכיר טובה זיין אויף דעם.
דערנאך האט מען אויפגערופן דעם חשובן דיין ר' יונה שליט"א פאר א דרשה. דער דיין שליט"א האט אנגעהויבן מיט די גרויסקייט פון בויען א שטעטל מיט'ן ציל צו דינען דעם אייבערשטן, נאכברענגדיג ווערטער פון הייליגן חתם סופר איבער דעם ענין, און אזוי ווייטער מאריך געווען מיט שיינע דברי תורה.
דער דיין שליט"א האט דערציילט וואס ער געדענקט נאך אלס קליין קינד ווי אזוי זיין טאטע שליט"א איז איין טאג אהיימגעקומען מיט אן היתר הוראה וואס ער האט באקומען, און דערציילט פאר די קינדער אז ער האט געלערנט פלייסיג און אזוי זוכה געווען צו דעם, און כאטש וואס ער האט דעמאלט נאכנישט פארשטאנען וואס דאס מיינט פונקטליך, האט דאס אים אבער שוין דעמאלט אריינגעגעבן דעם חשק אז איין טאג וועט ער אויך זוכה זיין צו דעם, און מיט דעם האט ער ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון ארייננעמען די קינדער זיי זאלן מיטהאלטן ווי דער טאטע לערנט, און דאס וועט זיי געבן די שטופ און חשק אויך צו לערנען פלייסיג און מצליח זיין אין תורה. דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב פאר זיין טאטע, זיין שווער, און די גאנצע משפחה, וואס האט אים ארויסגעהאלפן ער זאל קענען לערנען און אנקומען צו זיין
הצלחה. ווייטער האט דער דיין שליט"א זיך באדאנקט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ביי וועמען ער האט געלערנט שוין פון די צוועלף יאר אלט, און נאר דורך די לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס ער האט געלערנט ביים ראש ישיבה שליט"א האט ער געקענט אזוי שיין מצליח זיין. און ער האט צוגעענדיגט מיט א תפלה צו קענען געטריי באדינען די גאנצע קהלה אין אלע הלכה'דיגע ענינים פאר לאנגע יארן.
דערנאך האט דער שווער פונעם דיין שליט"א, הרה"ג ר' שמחה פנחס שטראהלי שליט"א, גערעדט פאר'ן עולם, ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון אויפנעמען א דיין אין שטאט, אזוי ווי מ'האט געלערנט די פאריגע וואך, "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך", און ווי רש"י זאגט אז דער זכות פון אויפנעמען ערליכע דיינים איז גענוג צוריק צו ברענגען אידן קיין ארץ ישראל. ער האט גערעדט פון די גרויסע זיידעס פון וועמען דער דיין שליט"א שטאמט, און זייערע גרויסע זכותים וועלן אים זיכער באגלייטן, ער זאל האבן גרויס סייעתא דשמיא. און ער האט צוגעענדיגט מיט א ברכה משולשת, א ברכה פאר כלל ישראל, וואס איז דורכגעגאנגען ליידער אזא שווערע יאר מיט אזויפיל צרות, און דער רבי זאגט אין ספר המדות "על ידי העמדת דיינים כשרים נתבטל הצרות", איז יעצט א גרויסע עת רצון צו פועל'ן אז צום נייעם יאר זאל מען מער נישט הערן פון קיין שום צרות ביי אידישע קינדער; א ברכה פאר די חשובע איינוואוינער פון קרית ברסלב זיי זאלן מצליח זיין אין אלעס, און צום לעצט א ברכה פאר זיין חשובן איידעם, דער פרישער דיין שליט"א, אז ער זאל מצליח זיין מיט זיין עבודת הקודש, יאריך ימים על ממלכתו.
ביים מעמד האט מען אויך באערט דעם חשובן חבר ההנהלה, הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות אינעם אויפבוי פונעם שטעטל, פון אנהויב ביז יעצט, וואס האט יעצט מנדב געווען דעם הערליכן בנין המוסדות, ווי די טייערע תינוקות של בית רבן פון שטעטל לערנען תורה א גאנצן טאג. דער גרויסער בנין המוסדות, א בנין רחבת ידים, וואו דער מעמד הכתרה איז פארגעקומען, איז גאר א גרויסע הילף פאר די מוסדות, די ברייטע קלאס צימערן און די גרויסע זאלן, געבן הרחבת הדעת פאר די מלמדים און תלמידים צו קענען לערנען תורה מיט א רואיגקייט. דער שיינער בנין איז נתנדב געווארן דורך ר' שבתי, און וועט גערופן ווערן אויף זיין נאמען "בנין שבתי".
ווי אויך איז ארויפגערופן געווארן בכבוד הראוי, הרבני הנגיד מו"ה יואל גאלדבערגער הי"ו, אב"י בקרית יואל, וואס די קהלה האט א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר אים, אויף דעם וואס ער העלפט גאר אסאך ארויס די הייליגע מוסדות מיט אלע לעגאלע אנגעלעגנהייטן וואס פעלט זיך אויס. שוין לאנגע יארן וואס ר' יואל שטייט צו די האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א ארויסצוהעלפן מיט וואס נאר מעגליך, טעג און נעכט געבט ער אוועק אז די הייליגע מוסדות זאלן קענען אנגיין אומגעשטערט, און קענען אויפטון און מקרב זיין אזויפיל אידן צום אייבערשטן.
דערנאך האט גערעדט דער וויענער דיין שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז ער שפירט א זכי' צו קענען אויפטרעטן בשבחו פונעם דיין ר' יונה שליט"א, מיט וועמען ער האט אסאך געלערנט פילע מקצועות התורה, די קלארקייט וואס ער האט אין הלכה, און האט אנגעוואונטשן אז די סייעתא דשמיא זאל אים שטענדיג באגלייטן בכל אשר יפנה.
דאן האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, די גרויסע שמחה פון די גאנצע קהלה אז מ'איז זוכה אויפצונעמען א דיין אין די קהלה, און האט באטאנט די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם דיין שליט"א אלע יארן, די פילע שיעורים וואס ער האט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, ער איז זוכה צו ענדיגן יעדעס יאר ש"ס, שוין דורכגעלערנט הונדערטער מאל ששה סדרי משנה, און אזוי ווייטער זיינע פילע שיעורים בכל מקצועות התורה, און איז ער אנגעקומען צו זיין שטארקע הצלחה במעלות התורה, און דאס איז א זאך וואס יעדער קען נאכמאכן, נישט יוצא זיין מיט'ן דיין'ס לערנען, נאר יעדער זאל זיכער מאכן צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, אויפ'ן סדר דרך הלימוד קען יעדער איד, אין יעדן מצב, אויך לערנען תורה, קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען פון די הייליגע תורה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון דעם וואס מענטשן כאפן נישט וויפיל א דיין געבט זיך אוועק פון זיך פאר אנדערע אידן, מ'כאפט נישט וויפיל צייט א דיין געבט אוועק צו ענטפערן שאלות, ער געבט אוועק זיין טאג און נאכט צו העלפן אידישע קינדער. אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט די וויכטיגקייט פון פרעגן יעדע שאלה און ספק פון א דיין, אויסלערנען אויך פאר די קינדער אז א איד מוז האבן א דיין צו פרעגן אלע זיינע ספיקות, מ'קען זיך נישט אליין פסק'ענען. חז"ל זאגן אז ווער ס'איז מכבד תלמידי חכמים וועלן זיינע קינדער זיין תלמידי חכמים, קינדער שמעקן זייער גוט וואס איז חשוב ביי די עלטערן, אויב עלטערן זענען נאר פארנומען מיט געלט, הייזער, קארס, און אנדערע נארישקייטן, קען מען נישט צווינגען די קינדער ליב צו האבן תורה, אבער אז די קינדער זעען אז ביי די עלטערן איז חשוב די הייליגע תורה, מ'איז מכבד תלמידי חכמים און ערליכע אידן, וועלן די קינדער אויך באקומען א ליבשאפט צו די הייליגע תורה.
און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארענדיגט מיט דברי ברכה פאר'ן חשובן דיין שליט"א, ער זאל קענען מדריך זיין די אידן פון שטאט אויפ'ן ריכטיגן וועג, בדבר ה' זו הלכה, ווי אויך ווייטער ממשיך צו זיין מיט זיין אמט אלס ראש הכולל, און אויפשטעלן נאך פילע דיינים.
נאך די דרשות איז דער גאנצער עולם דורכגעגאנגען אנצוואונטשן ברכת מזל טוב פאר'ן דיין שליט"א, און מ'האט זיך ארויסלאזט אין פייערליכע טענץ בשמחת התורה.
ביים סוף האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דער עולם איז זיך צעגאנגען מיט התרוממות הנפש, נאך א אזא דערהויבענער מעמד נשגב וואס וועט בלייבן אין די ביינער פון אלע באטייליגטע פאר לאנגע יארן.
אין לו להקב"ה אלא ארבע אמות של הלכה בלבד!
📸 בילדער
🎦 קליפס
🛒 לוח ברסלב אידיש תשפ"ב
📚 ראש השנה ביי צדיקים