געהויבענע מעמד הנחת אבן הפנה פאר נייע בית המדרש אין אומאן
כח אלול תשפ"ג 📝
א געוואלדיגע התרגשות'דיגע מעמד האט זיך נארוואס פארענדיגט אויפן גרויסן שטח נעבן דעם עקזיסטירנדען בנין, ווי מען האט געלייגט דעם "אבן הפנה" פאר נייעם גרויסן בנין בית המדרש.
אויפן אפגעשמועסטן זמן פון פינף אזייגער האט זיך א גרויסער ציבור פארזאמעלט בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א האט געדינט אלץ יושב ראש און האט געשמאק אנגעפירט דעם פראגראם, דער יושב ראש האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע געפילן וואס דער מעמד ברענגט ארויף. און האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז מען האלט שוין דא, ווען מיט בלויז עטליכע יאר צוריק האט מען געלאכט פון אונז אז מען בויעט אזא גרויסן בנין וואס אפילו האלב דערפון קען מען נישט אנפילן און א דאנק די מפיצים קומען צו כסדר פרישע מקורבים און עס האלט שוין ביי א מצב פון כלו כל הקצים און מען קען שוין אפילו דאס נישט דערשטרייטן דעם געפערליכן געדרענג איבעראל אינעם בנין, דאס זעט זיך אן אין די צימערן וואס ווערן אויסגעכאפט נאך איידער מען קען עס אפילו ארויסלייגן, אזוי אויך דער ריזיגער מקוה מיט די פילע שויערן איז שוין לאנג אויסגעוואקסן, די זעלבע איז דער עס צימער שרעקליך קליין געווארן אפילו אין די וואכן טעג ווען נישט אלע עסן אינאיינעם פון די הונדערטער אידן וואס קומען צום רבין אויף ראש השנה, און ווער רעדט נאך פונעם בית המדרש וואס איז שוין לאנג צר מהיכל אין אלע תפילות פון יום טוב, סיי פון די הונדערטער אידן וואס שטייען איין אינעם בנין, און אויך פון די הונדערטער וואס קומען צו צופיס א האלבע שעה כדי צו הערן די ווארימע תפילות און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א.
ר' אברהם הערש האט ארויפגערופן דעם כהן שדעתו יפה הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א וואס איז דער אינציאטער פון דעם געדאנק פון בויען א בנין בכלל און האט א האנט אין יעדע גוטע זאך אין היכל הקודש, וואס ער וועט שטיין בראש אויך פון דעם בנין בעזרת השם יתברך.
ר' יואל האט ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע התרגשות שטייענדיג ביי דעם מאמענט ווי קוים נאך עטליכע יאר פון ווען מען האט אנגעהויבן טראכטן פון א בנין און דא האלט מען שוין ביים צווייטן בנין, ער האט דערמאנט אז מען האט פילע געדאנקען און פלענער און מען בעט דעם אויבערשטן מען זאל קענען טון דאס בעסטע, ער האט געזאגט כאטש מען גייט בעזרת השם יעצט בויען א ריזיגן בנין, זעט מען אבער יעצט אז מען דארף עס בויען אויף א וועג מען זאל עס קענען אויסברייטערן, אויך האט ער געזאגט אז מען האט שוין אפגעקויפט נאך שטחים סיי דערנעבן, און אזוי אויך קעגן איבער צוליב פלענער צו בויען נאך א פרישע בנין פאר אש"ל.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט עטליכע דיבורים, ער האט געזאגט אז פון די הנחת אבן הפנה קען מען זען די גרויסקייט פון יעדע קליינע זאך, ווייל לכוארה וואס איז די שמחה מען קען מיינען מען לייגט אריין עטליכע שטיינער אין דער ערד, אבער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דאס געשעט מיט יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען פארן אייבערשטן, מענטשן טראכטן וואס איז שוין א ווארט צום אויבערשטן, אבער אין הימל מאכט מען דערפון א גאנצע מעמד, פארענטשעס, מוזיק, מען פאטשט און מען זינגט, און מען בויעט דערפון א גאנצע בנין.
דערנאך האט מען ארויפגערופן די נדבנים וואס האבן אפגעקויפט דער זכות צו זיין פון די עשרה ראשונים צו בויען דעם בנין, מו"ה משה איינהארן, מו"ה מרדכי אהרן האלפערן, מו"ה הערשל כ"ץ, מו"ה שבתי מזרחי, מו"ה משולם פינטער, מו"ה אברהם אלי' פריעדריך, מו"ה יוסף פריעדמאן, מו"ה אלי' קנאלל, מו"ה יצחק רוטנער, און נאך איינער בעילום שמו, מען האט געוואלט מאכן א ליציטאציע צו פארקויפן דעם ראש ישיבה'ס שטיין, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אנגערופן "איך קויף אפ דעם שטיין", און אזוי איז עס געבליבן.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "בורא עולם בקנין" און נאך פילע פרייליכע ניגונים, און מען האט זיך געלאזט צום לאקאציע פונעם מזרחית דרומית ווינקל ווי עס איז געווען גרייט א גרוב און די אלע נדבנים און דער ראש ישיבה האבן געהאט די געלעגענהייט צו גיסן די ערשטע שטיינער פארן גרויסן בנין.
אנשי שלומנו זענען מתפלל אז די עוסקים במלאכת הקודש זאלן מצליח זיין צו מסדר זיין די פלענער אויף א שנעלע און גוטע אופן, און זענען ווארעם צום הייליגן צוועק פון אוועקשטעלן א בית נכון ונשא וואס וועט האבן א ריזיגע היכל לתפלה פאר ראש השנה. און וועט בעז"ה אויך האבן נאך פילע פונקציעס, ווי שטיבלעך פאר וואכן מנינים פון סליחות שחרית מנחה און מעריב, צימערן פאר די חדר.
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין