געהויבענע מעמד "יציקת הבורות", ביים נייעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

כא אדר תשפ"ה 📝
געלויבט דעם אייבערשטן אז די ארבעט צו בויען דעם נייעם שול גייט גאר שנעל, עס דערקענט זיך די תפילות פון אלע אנשי שלומינו וואס בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל פארן שנעל אן קיין מכשולות, מען זעט א ספעציעלע סייעתא דשמיא, און די ארבעט פארט שנעל און געשיקט, קוים האט מען געמאכט די פלענער, און יעצט האלט מען שוין נאכן גראבן, מען האט שוין געגאסן די יסודות, די ווענט, די אונטערערדישע פלאמבינג, די סלעב פונעם אונטערשטן שטאק, מען האלט שוין טיף אינמיטן די פרעימינג, מען לייגט שוין אפילו די באלקענעס פארן דאך, די דרויסענדיגע סטרוקטור איז שוין כמעט פארטיג.
יעצט איז געקומען די צייט צו גיסן די בורות פאר די מקוה, אין וואס די פילע שטעטל איינוואוינער וועלן זיך מקדש און מטהר זיין טאג טעגליך איידער מען גייט דאווענען, אזוי אויך פאר א מצוה, אדער ערב שבת ויום טוב. דער בוי מייסטער מוה"ר אברהם שבתי מזרחי הי"ו האט אפגעקויפט די זכותים פון די בורות המקוה לע"נ זיינע זיידעס און באבעס, מען בויעט בעז"ה דריי בורות, איין בור וועט זיין מער לוילעך און איין בור וועט זיין מער הייס. איין בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' חיים ב"ר יעקב וזוגתו סאסא בת ר' יעקב ע"ה סאאל, דער צווייטער בור איז נתנדב געווארן לע"נ ר' משה ב"ר נסים יוסף וזוגתו רינה בת ר' רחמים ע"ה דאנא, און די דריטע בור איז לע"נ ר' דוד ב"ר שבתי וזוגתו פלורה בת ר' יצחק ע"ה מזרחי.
די גאנצע פראצעדור איז דורכגעארבעט געווארן דורך די תלמידי חכמים די לומדי הכולל וואס זענען בקיאים אין די שווערע קאמפליצירטע הלכות מקוואות, וואס האבן אויסגעקנאטן און דורכגעטון דעם גאנצן סוגיא און זיכער געמאכט אז עס ווערט געבויעט בהידור רב ועל פי הלכה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידי חכמים פונעם כולל אראפ געקומען פערזענליך מיט צו האלטן ווי מען פירט אויס די ארבעט אויף די ריכטיגע וועג.
דער נדבן מו"ה אברהם שבתי הי"ו מיט זיינע קרובים בראש פון זיינע חשובע עלטערן זענען געקומען מיטהאלטן דעם פרייליכן מאמענט ווי מען גרייט זיך צו בויען א מקוה און האבן די זכיה אז א מקוה וועט זיין לעילוי נשמת פון די חשובע עלטערן נ"ע.
ווען מען האט געענדיגט גיסן האט מען געשטעלט לחיים אויפן טיש, מען האט זיך אראפ געזעצט און מען האט געזינגען עטליכע פרייליכע ניגונים לכבוד דעם געלעגנהייט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט איבערגעלאזט דברי חיזוק פאר אלע פארזאמלטע.
מַה מִקְוֶה מְטַהֵר אֶת הַטְּמֵאִים אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל!