די געהויבענע נסיעה פון ראש ישיבה קיין ארץ ישראל - דאנערשטאג פרשת שמיני
כא אדר ב' תשפ"ב 📝
ווי באריכטעט נעכטן מיטוואך האט זיך דער ראש ישיבה ראש ישיבה ארויסגעלאזט אויף א נסיעה דינסטאג נאכט פון ניו יארק, ווי ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל נעכטן מיטוואך נאכט אין בני ברק, ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע קבלת פנים. דא וועלן מיר געבן עטליכע באריכטן אנגעהויבן פון קבלת פנים אין בני ברק, ביז היינט דאנערשטאג נאכמיטאג.
נאכן שיעור אין בני ברק זענען אנשי שלומינו אריבער געבן שלום פארן ראש ישיבה. נאכדעם איז דער ראש ישיבה אריבער צום בית המדרש היכל הקודש בני ברק, ווי עס איז זיך צוזאם געקומען די חבורה אינגעלייט און בחורים, און דער ראש ישיבה האט געגעבן דארט א שיינע חיזוק שמועס.
פון דארט איז דער ראש ישיבה אריבער צו א חתונה פון א קרוב אין בני ברק, און דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט קיין ירושלים, און איז אנגעקומען שפעט ביינאכט צום אכסניה. דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט זיינע שיעורים, און זיך געזעצט שרייבן בריוון צו ענטפערן פאר שואלים, און מחזק זיין אידישע קינדער.
היינט דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק, נאך שחרית האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שיעור פאר אנשי שלומינו אין ירושלים.
פון דארט איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען באזוכן דעם שיינעם חדר "היכל הקודש" אין ירושלים, און מחזק געווען די קינדער און די מלמד, דער ראש ישיבה האט ארויף גערופן יעדן קינד באזונדער און געגעבן א געלעגענהייט צו פארציילן א "מעשה פון תפלה" דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די קינדער, און ערקלערט וויאזוי דער הייליגער רבי איז געווארן א צדיק. "דער רבי איז געווארן אזוי גרויס" - האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די טייערע קינדערלעך - "נאר ווייל ער האט גערעדט צום אייבערשטן"!.
דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה מיט א שיינע קבוצה תלמידים ארויסגעלאזט צו מתפלל זיין ביי די הייליגע קברי צדיקים. צוערשט איז מען געגאנען צום קבר פון שמואל הנביא ווי מען האט געזינגען אינאיינעם דעם ניגון פון בעל התניא "איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין" מיט גרויס התעוררות.
דערנאך איז מען צוגעפארן צום ציון פון די מאמע רחל אמינו, צו פועלן ישועות, דארט האט דער ראש ישיבה ארויסגענומען א צעטל וואס דער "רענט קאמפיין" האט געגעבן פון אלע וואס געבן צושטייער, און דער ראש ישיבה האט געבעטן פאר יעדעם באזונדער. דערנאך איז מען געפארן צום מערת המכפלה ווי די הייליגע אבות און אמהות ליגן, ווי מען האט מתפלל געווען און געזינגען פילע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן. דערנאך איז מען געגאנגען צום ציון פון הייליגן אור החיים און דער רש"ש אויפן הר הזיתים, פון דארט איז מען אריבער צום ציון פון שמעון הצדיק, און דארט געדאווענט מעריב.
ווייטערדיגע באריכטן וועלן בעז"ה נאכפאלגן.