געהויבענע פורים דורך ביים ראש ישיבה שליט"א
יז אדר תשפ"ג 📝
א גאר געשמאקע יום טוב פורים איז דורך אויף גאנץ כלל ישראל, אויף אלע אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, און בפרט ביים ראש ישיבה שליט"א, פילע אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג מיטצוהאלטן קריאת המגילה, און די סעודת פורים ושושן פורים.
תענית אסתר נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אום 6:00, און דערנאך האט מען געגעבן מחצית השקל כנהוג, דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א הערליך פארגעליינט די מגילה אום 7:00 צו וואס דער גאנצער ציבור האט אויסגעהערט געשמאק, ווי דער ראש ישיבה לערנט אויס אז אויסהערן מגילה איז אזוי שיין, מ'הערט א שיינע מעשה, ווי דער אייבישטער פירט די וועלט, פון דרויסן זעט עס אויס ווי טבע מקרא מזל, אבער אלעס פירט דער אייבישטער וואס גרייט אן די רפואה פאר די מכה. מ'האט געקלאפט ביי המן, און געקלאטשט ביי "נדדה שנת המלך", ווי מען פירט זיך אין ברסלב.
אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אום 9:00, אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א זענען שוין אנגעקומען אסאך פריער אין בית המדרש כדי צו לערנען די פילע שיעורים אין מקרא משנה גמרא הלכה חסידות, כדי עס זאל נישט דורכגיין דער טאג חלילה אן קיין לימוד התורה, אן קיין בלאט גמרא.
פורים האט דער ראש ישיבה אויפגענומען דעם ציבור ביי זיך אינדערהיים, אנשי שלומינו זענען אריבער געקומען ארויסווייזן הכרת הטוב און געבן משלוח מנות און זיך אנווינטשן, ווען דער דיין איז אנגעקומען האט דער ראש ישיבה געמאכט א גאנצע עסק פונעם דיין, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף האלטן חשוב תלמידי חכמים, אזוי קען מען אויפציען ערליכע דורות וואס האבן ליב די תורה.
אום 7:00 זענען אנשי שלומינו מיטן ראש ישיבה שליט"א געקומען אין בית המדרש ווי מען האט געטאנצט און זיך משמח געווען ביז אין די שפעטע נאכט שעות.
דער ראש ישיבה האט זיך אנגעטון א שיינע ווייסע בעקישע פון זיין גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב זי"ע.
ביים טאנצן האט דער ראש ישיבה כסדר געמוטיגט דעם עולם נישט צו זיצן אין די זייט נאר מען זאל גיין טאנצן.
אינמיטן האט דער ראש ישיבה צוגערופן דעם מלמד מומחה הר"ר יוסף שניטצלער הי"ו "ברענג אהער דעם בריוו וואס איך האב דיר געשריבן אינדערפרי", דער ראש ישיבה האט עס פארגעליינט הויך "מיין טייערע יוסף... היינט פורים קען מען זיין מער אפן פון א גאנץ יאר, היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד וואס איך וויל פונעם שטעטל, איך וויל נישט מער נאר די איין זאך, אז די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש מיט א שטארקע אמונה, מיט א געפיל און א ליבשאפט צו אידישקייט, אויב קען מען דאס האבן האט זיך אלעס געלוינט, און אז נישט דארף מען אנהייבן פון פריש" דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן נישט אז "אז נישט איז נישט...", דער ראש ישיבה האט ווייטער געליינט "פולעווע אין די קינדער אמונה, ליבער ברודער היינט איז זייער א גרויסע א טאג, מ'קען פועלן זוכה צו זיין, צו קומען אויף אזא הויכע מדרגה, ליב צו האבן די תורה, און די וועג פון די תורה, זיך צו פארמיסן און פארקעלען פון עבירות", דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט "דאס מיינט דאך 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', מ'וויל זיין נאר מרדכי הצדיק", דער ראש ישיבה האט געזאגט "הערסט יאסי! פולעווע אין די קינדער אמונה!", דארט איז געשטאנען א קינד, דער ראש ישיבה פרעגט אים: "דו האסט ליב די פיאות? דו האסט ליב א בארד? מ'דארף זיך פארקעלען פון א המן!" דער ראש ישיבה האט ווייטער געזאגט "ס'איז אזוי שיין איידעלקייט! ס'איז דאך אזוי שיין ערליכקייט! נשמת ישראל זענען נעבעך אזוי אויסגעמישט, אז מ'ווייסט שוין נישט וואס שיין איז!" אזוי האט דער ראש ישיבה ווייטער מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל נישט ארויפקוקן דאס נאכמאכן גויים, נאר זיך מדבק זיין אין צדיקים און אין די תורה.
שושן פורים נאכמיטאג פאר די סעודת שושן פורים האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט א בלאט ירושלמי, און דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודה, און דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע שיעור, צווישן אנדער האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט איבער חינוך, און איבער די נארשקייט פון "סטאטוס" (whatsapp status) דער ראש ישיבה האט געזאגט "דיין ווייב וויל רעדן מיט דיר, און דו קוקטס ווי יענער מאכט זיך נאריש? וואס גייט פאר מיט דיר?"
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ ביז אין די שפעטע שעות, מען האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים.
והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור