געהויבענע ראש השנה אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן
ד תשרי תשפ"ה 📝
ווען מען שרייבט איבער אומאן איז זייער שווער צו שרייבן, וואו זאל מען אנהייבן, פון די השתפכות הנפש ביים ציון הקדוש, פון די געהויבענע תפלות אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה, זאל מען רעדן פון די אומגלויבליכע סיומים פון בבלי ירושלמי תוספתא משניות, זאל מען רעדן פון די קינדער וואס האבן מסיים געווען ש"ס, זאל מען רעדן פון די געהויבענע סעודות בשבת אחים, אדער גאר פון די פילע געשמאקע זאכן וואס די געטרייע גבאים האבן אריינגעלייגט כחות צו מאכן דעם בנין און בית המדרש בעסער, אדער קען מען גאר רעדן פון די געטרייע מלמדים וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די קינדער צו לערנען און דאווענען גיין צום ציון, אפשר זאל מען פארציילן די פילע ביכער פון מעשיות וואס יעדער האט געהאט אנצוקומען צום רבי'ן - בפרט די בני ארץ ישראל, וואס זענען געפארן פערציג פופציג שעה, זאל מען רעדן פון די אינגעלייט, בחורים און קינדער וואס האבן אלעס געטון אין בנין, נאכדעם וואס מען האט כמעט נישט געקענט טרעפן קיין גויים? יכלה הזמן והם לא יכלו.
דערפאר וועלן מיר דא בלויז איבערגעבן אויפן שפיץ גאפל וואס עס האט זיך אפגעטון ביים הייליגן רבי'ן בפרט, און ביי אנשי שלומינו מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין ארויסגעפארן קיין אומאן דאנערשטאג פרשת נצבים וילך, דער ראש ישיבה איז געפארן אין באגלייטונג פון די געטרייע אינגעלייט וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט אלע געברויכן, קאכן, אנגרייטן און אזוי ווייטער, דער ראש ישיבה האט מיטגענומען דעם ספר תורה, און האט באזוכט ביי פילע קברי צדיקים אויפן וועג. שבת קודש האט דער ראש ישיבה שליט"א אפגעראכטן אויף א פריוואטע פארנעם אין ליזענסק, במחיצת קדשו פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע.
אויפן וועג קיין אומאן האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אויך אפגעשטעלט אין קערעסטיר ביים הייליגן רבי ישעי'לע זי"ע, אין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב זי"ע, און אין ברסלב ביים הייליגן רבי נתן זי"ע.
געלויבט דעם אויבערשטן אז אויך איז היי יאר געווען די וועטער גאר געשמאק, עס האט בכלל נישט גערעגענט, און אזוי אויך די טעמפעראטור איז געווען ממש אנגענעם, ביידע זאכן זענען אנדערש ווי די וועטער נביאי השקר האבן פארגעזאגט.
במשך די קומענדיגע טעג האבן אנשי שלומינו אנגעהויבן אנצוקומען קיין אומאן, אויף דער וועג אדער אויף יענעם, אנשי שלומינו זענען געווארן איבעראשט פון די פילע תיקונים וואס עס איז געמאכט געווארן ביים בנין, און זענען געווען זייער דאנקבאר פאר די עסקנים פאר די אלע זאכן. אין קורצן האט מען דאס יאר פארבעסערט די פאלגענדע 1) אהל הרחבת הדעת, א ריזיגער שאטער ווי אלע סעודות זענען אפגעראכטן געווארן 2) פילע פרישע סינקס אז דער ריזיגער ציבור פון איבער 600 מענטשן זאלן זיך קענען וואשן 3) דער קאווע סטאנציע, וואס איז געווען צוגשעלט ברייט און באקוועם 4) א פארגרעסטע מקוה 5) באקוועמע מקוה בענק 6) געשמאקע שויערס 7) שיין צוגענדיגט די מקוה מיט טיילס און ראבערס אויף די פלאר 8) ארויפגעברענגט די כשרות שטאפל פון די מקוה מיט א געהעריגע הכשר 9) א פארגרעסערטע קאך צו קענען צושטעלן גענוג עסן 10) א ריינע בית המדרש וואס איז נישט שמוציג געווארן פון קיין סעודות 11) די שלאף צימערן זען שיין פארענדיגט געווארן, געפעינט און געענדיגט די דאך 12) שענק, לעדלעך און הענגערס זענען אינסטאלירט געווארן אין יעדע צימער 13) עס איז געווען גענוג וואסער אויף גאנץ יום טוב און 14) אזוי אויך עלקעטער און 15) אזוי אויך הייס וואסער.
די געטרייע קאך גבאים, בראשם פון מו"ה העניך אינדיג הי"ו און מו"ה אהרן שלמה שווארטץ הי"ו האבן צוגעשטעלט געשמאקע סעודות סיי אינדערוואכן און סיי שבת און יום טוב, די געטרייע מלמדים הר"ר נחמן נתן קרויס שליט"א, הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א, הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, הר"ר בערל שניטצלער שליט"א, הר"ר הערשל שניטצלער שליט"א און הר"ר אשר קרויס שליט"א הר"ר יצחק אייזיק ראזענבוים שליט"א, הר"ר יצחק מענדלאוויטש שליט"א, הר"ר יואל פריעדלענדער שליט"א, הר"ר אלחנן זאבערמאן שליט"א, האבן צוזאם גענומען די קינדער סיי אינדערוואכן און סיי שבת ויום טוב מען האט געדאווענט מיט זיי,מען האט געגעסן פרישטאג מיט זיי, געלערנט, פארציילט סיפורי מעשיות געגאנגען צום ציון מיט זיי. מען האט געזונגען מיט די קינדער די פיוטים און די ניגוים, די מלמדים האבן געטיילט קארטלעך לויט ווי די קינדער האבן זיך אויסגעצייכענט, און נאך יום טוב האבן די מלמדים געטיילט פרייזעס פאר די קינדער.
פאלגט נאך פאר די קומענדיגע באריכטן פונעם יום טוב.