דער הערליכער יום טוב חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין עפעס א יום טוב'דיגע שטומינג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, אויב מען האט דאס נישט אליין מיטגעלעבט. מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף.
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מאנטאג מקץ שפעט ביינאכט, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך מיט אונז אין שטעטל", און אפילו מען זעט אים נישט יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמעספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל.
 
במשך די טעג ביז שבת האט דער ראש ישיבה עטליכע מאל באזוכט אין חדר, און געדאווענט צוזאמען מיט די קינדער א ווארימע געשמאק דאווענען, פאר הלל האט דער ראש ישיבה גערעדט אפאר ווערטער און אנגעווארימט די קינדער צו דאווענען א געשמאקע הלל פאר'ן אייבערשטן, אויך האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די איינגעשטעלטע אין די מוסד און אזוי ווייטער.
 
דינסטאג ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין שטוב פון האברך מו"ה יעקב לעזער שליט"א וואס האט געמאכט א מסיבה פאר די חשובע קינדער וואס לערנען מיט אים דעם דף גמרא יעדן טאג, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי שטארק מחזק געווען אנצוהאלטן ווייטער צו לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט און היט אפ דעם מענטש פון אלעם בייזן.
 
מיטוואך האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט ביים נייעם "פיש געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה איז געווען זייער פרייליך צו זען אז די שטעטל ווערט ברוך השם מער און מער אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן וואס פעלט זיך אויס פאר א אידישע שטאט, דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט איינגעקויפט פיינע פרישע פיש לכבוד שבת קודש.
 
אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט ביים נייעס "פערעלעס קליידער געשעפט" און געקלאפט מזוזות, דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט צו זען אז ענדליך האלט מען שוין דא, וואס די קליידער געשעפט אין שטעטל האט זיך אזוי שיין פארברייטערט אויף אזא שיינעם פארנעם אין אזא קורצע צייט.
 
דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט נאכאמאל באזוכט אין חדר, אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט.
 
דערנאך איז דער ראש ישיבה ארויף אין סטודיא און רעקארדירט א שיינעם ניגון וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין די קומענדיגע צייט.
 
ביינאכט האט דער ראש ישיבה געגעבן דער וועכנטליכער ליל ששי שיעור פאר אינגעלייט אין בית המדרש אויף האשקי, די דרשה האט זיך פארצויגן פאר א שעה און א האלב, מען האט ארום גערעדט גאר שטארק אז חנוכה איז א צייט וואס מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט, כאטש וואס ס'קומט אונז נישט גארנישט, דאך גיבט אונז דער אייבערשטער אזויפיל גוטס יעדע רגע און יעדע מינוט.
 
נאכ'ן שיעור איז דער ראש ישיבה אריבער ביים נייעם "העניך'ס טעיסט געשעפט", קלאפן מזוזות, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אראפגעזעצט און טועם געווען פון די פיינע מאכלים וואס טראגט דעם הכשר פון דומ"ץ דקהילתנו הקדושה, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון האבן אזא פלאץ ווי א מענטש קען אריינקומען זיך דערכאפן דאס הארץ און עסן א פיינעם טעלער טשאלענט מיט קוגל און נאך, דאס איז א געוואלדיגע הכנסת אורחים, אפילו מען מאכט געלט איז עס נאך אלס הכנסת אורחים, דער גראסערי מאן רעכנט אויך געלט, דאס איז פשוט ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די געשעפט, אבער באמת איז עס א חסד וואס דער גראסערי מאן טוט.
 
און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת חנוכה - שבת ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז טאקע געווען גאר קאלט און גליטשיג, אבער אינעווייניג איז געווען גאר גאר ווארים. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש, אביסל נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון דעם אז מען דארף האבן א צדיק זאל דיר זאגן וויאזוי זיך צו פירן, "לכו אל יוסף" גיי צו א צדיק זאל דיר ווייזן דעם ריכטיגן וועג וואס דו האסט צוטוהן אויף דער וועלט, יוסף האט געזאגט אלע דארפן זיך מל'ען, דאס הייסט אז מען דארף זיין הייליג בקדושת היסוד, נאר אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, יוסף האט אריינגעברענגט א אמונה אין די מענטשן, מען דארף נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אין דער וועלט, נאר פונעם אייבערשטן. אלע אנדערע וואס האבן זיך אוועקגעלייגט עסן אין מצרים איז פון דעם גארנישט געבליבן, אלעס איז געווארן פארפוילט, ווייל אן א צדיק איז א פארפוילטע לעבן, ביי קאראנע צייטן איז געווען מענטשן וואס האבן זיך אוועקגעלייגט אסאך טישוס און וואסער, זיי האבן געלעבט אין פחד אין שרעק, אבער וואס העלפט טישוס און וואסער ווען די מענטש אליין לעבט נעבעך אין פחד יעדע מינוט? פאר דעם דארף מען האבן א צדיק וואס געט אריין א לויטערע אמונה פשוטה.
 
אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט אין ספר "פעולת הצדיק" די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה.
 
צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ אין די פראסטיגע ווינטערדיגע וועטער וואס האט געהערשט אין גאס.
 
ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה נאכמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף".
 
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער.