דער הערליכער שבת אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איז געווען א פארגעניגן פון די ערשטע מינוט ביז די לעצטע מינוט, די שטעטל האט געלעבט אין א יום טוב'דיגע שטימונג, עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, מיר וועלן פרובירן בלויז אראפצולייגן די כראנאלאגישע סדר וויאזוי עס איז צוגעגאנגען פון אנהייב ביזן סוף.
 
 
דער ראש ישיבה שליט"א איז אנגעקומען אין שטעטל מיטוואך ביינאכט פרשת וישב, די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט אינדערפרי צו א סופרייז, "דער ראש ישיבה געפונט זיך שוין אין שטעטל", און אפילו מען זעט נישט דעם ראש ישיבה יעדע מינוט, שפירט זיך אבער אין שטעטל אַן אנדערע לופט אַן אנדערע אטמאספער, א רואיגקייט לאזט זיך אראפ, מען שפירט עפעס אזא קלארע אמונה לופט וואס קומט מיט ווען דער ראש ישיבה קומט אין שטעטל.
 
 
דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה באזוכט אין ישיבה, און געדאווענט צוזאמען א ווארימע געשמאקע דאווענען. אויך האט דער ראש ישיבה באזוכט אין די מוסד און גערעדט צו די קינדער וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן מיט מידות טובות און דרך ארץ. אויך האט דער ראש ישיבה געברענגט מען זאל אויסטיילן שיינע גרויסע תהילים'ס פאר די תלמידות פון בית פיגא בייגעלייגט מיט א בריוו.
 
אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער אין בית הדפוס זיך אומקוקן אויף די הייליגע ארבעט וואס קומט דארט פאר, ווי מען דרוקט יעדן טאג נאך און נאך ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, אז זיי זאלן אויך וויסן די סוד וויאזוי מען קען האבן א שיינע פרייליכע לעבן מיט'ן אייבערשטן אויף דער וועלט.
 
ביינאכט נאכן צינדן דעם ערשטן לעכטל איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן ליל ששי שיעור אין בית המדרש הגדול, דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט פון נישט שרייען אינדערהיים, נאר זיך אויפפירן מיט א דרך ארץ אזוי ווי דער רבי לערנט אונז. 
 
שפעט דאנערשטאג זענען די בחורים ארויסגעקומען אין שטעטל צו זיך אויפהאלטן אויף שבת חנוכה אין שטעטל צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. 
 
און אזוי איז מען אריין אינעם לעכטיגן שבת מברכים ראש חודש טבת, די וועטער אינדרויסן איז געווען גאר געשמאק ברוך השם, צוליב וואס געוויסע האבן געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין שיינע וועטערס. דער ראש ישיבה האט געדאווענט אלע תפילות אין האשקי שול, קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אנגעווארעמט יעדנ'ס הארץ, די סעודה האט דער ראש ישיבה געגעסן מיט די בחורים אין בית המדרש. פאר די סעודה האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט די בחורים א לאנגע צייט צוליב דעם וואס די משפחה איז נאכנישט געווען גרייט צו אנהייבן די סעודה, און דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מען קען נישט שרייען אינדערהיים ווען מען איז נאכנישט גרייט, מען דארף זיך רעכענען מיט יענעם, ובפרט ווען ביי א מאן נעמט שנעלער זיך צו מאכן גרייט. 
 
נאך די סעודה איז מען זיך צאמגעקומען זינגען צוזאמען זמירות שבת, אויך איז געווען די שלום זכר ביי האברך מו"ה בנציון יאקאבאוויטש הי"ו.
 
דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען צו אים די דריי צייטן פון די יאר, שבת חנוכה, שבועות און ראש השנה, דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון קומען צום הייליגן רבי'ן ראש השנה וואס דאס גייט אן אפילו נאכן רבינ'ס פטירה.
 
דערנאך האט מען נאך אביסל געזינגען און דער ראש ישיבה האט ווייטער ממשיך געווען צו רעדן פארוואס מען קומט צום רבי'ן שבת חנוכה, ווייל דעמאלט לערנט דער רבי אויס צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט, ס'איז דא מענטשן וואס ווען מען זאגט זיי דאנק דעם אייבערשטן אז דו קענסט זען, דו קענסט גיין, דו קענסט שמעקן, זאגט ער "יעדער קען זען, גיין, שמעקן און אזוי ווייטער", אבער דער אמת איז אז דאס איז נישט אמת, דער ראש ישיבה האט פארציילט מעשיות פון מענטשן וואס קענען נעבעך נישט זען, זיי קענען נישט שמעקן, זיי קענען נעבעך נישט גיין דער אייבערשטער זאל אפהיטן, א איד דארף זיך צוגעוואוינען דאנקען אויף יעדע זאך וואס מען האט יא.
 
דער ראש ישיבה האט פארציילט בשעת די קאראנע האט א איד געדארפט האבן א מאשין צו אטעמען, דער דאקטער האט אים געשיקט עפעס א ריזן ביל צו באצאלן, און ווען דער איד האט דאס געזען האט ער אנגעהויבן וויינען און זיך אנגערופן "וויפיל בין איך שולדיג דעם אייבערשטן וואס געבט מיר צו אטעמען יעדע מינוט פון ווען איך בין געבוירן ביז היינט".
 
אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט די חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אים אז ער איז אנגעקומען צו מוהרא"ש, ווייל ער האט געהאט א בילד אין קאפ אז צו זיין א ערליכער איד דארף מען פאסטן, נישט שלאפן אין קיין בעט און אזוי ווייטער, אבער פון ווען ער האט באקומען דעם קליינעם ספר אשר בנחל האט זיך אין געעפענט א נייע וועלט, ער האט געזען אז מען קען עסן און שלאפן, אבער טו עס מיטן אייבערשטן.
 
אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די סידור עת רצון די שטיקל פון מן המיצר וואס מוהרא"ש שרייבט אזוי שיין וויאזוי א מענטש דארף זיך דערהאלטן אין די שווערסטע מצבים וואס ער גייט נאר אדורך, און ווען ער האט יסורים זאל ער וויסן אז דאס קומט פונעם אייבערשטן, ער שיקט דאס פארן מענטש אים צו אויפוועקן פון שלאף. 
 
צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום עמוד, און געדאווענט א ווארימע הלל וואס האט יעדן אנגעווארעמט דאס הארץ, אויך האט דער ראש ישיבה געליינט גאר ווארעם און געשמאק, און דערנאך געבענטש ראש חודש.
 
ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט פון א רב בישראל וואס האט אכט און צוואנציג יאר זיך געוואלגערט אין עולם התוהו רחמנא לצלן, האט דער רבי אויסגעפירט ווער עס וועט קומען צו מיר ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות וועט ווערן ניצול פון דעם, מוהרא"ש איז מסביר, פארוואס פונקט די דריי צייטן? ווייל ראש השנה געט דער הייליגער רבי אריין א קלארע אמונה אינעם מענטש און מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן, שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים, און שבועות די מתנה פון לערנען תורה אויפ'ן געשמאקן וועג וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מען דארף נישט פארשטיין ביים לערנען, נאר מען זאגט די ווערטער, וואס דורך דעם איז מען זוכה צו אדורכגיין כל התורה כולה.
 
אויך האט דער ראש ישיבה נאכאמאל גערעדט פון דאנקען דעם אייבערשטן, "וואס איז דער גאנצער מענטש? אין איין מינוט קען די מענטש אויפהערן אטעמען חס ושלום, א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען צו דאנקן דעם אייבערשטן, נאכדעם קען מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף". 
 
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט חיי מוהר"ן סימן פה די מעשה וואס דער רבי האט פארציילט חנוכה פון א גאסט וואס איז געקומען צו א בעל הבית און אים געוויזן וויאזוי מען קען לעבן דא אויף דער וועלט און זיין אין די זעלבע צייט דבוק צום אייבערשטן.
 
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען פירט זיך ביי אנשי שלומינו דאס צו פארציילן שבת חנוכה, מען קען אין דעם זאגן אסאך פשטים, אבער איך זאג דאס וויאזוי איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש.
 
אויך האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אנשי שלומינו זיך צו מאכן א שיעור אין ספר "ליקוטי מוהר"ן", וואס דאס וועקט אויף א מענטש פון שלאף און מאכט דעם מענטש רעדן צום אייבערשטן, ובפרט אז מען מאכט זיך א שיעור אין ספר "אשר בנחל" די בריוון פון מוהרא"ש, מאכט עס גלייך דער מענטש גיין אין בית המדרש דאווענען, אנטון תפילין און אזוי ווייטער.
 
שפעטער האט דער ראש ישיבה געצינדן די גרויסע מנורה אין שול, דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל ווארטן אויף אלע קינדער, זיי זאלן מיטהאלטן וויאזוי מען צינדט די מנורה.
 
זונטאג האט דער ראש ישיבה אויסגעניצט אריבער צו גיין אין די מוסד און רעדן צו די קינדער אין חדר הערן פון זיי וואס זיי לערנען און אזוי ווייטער.
 
 
דער שבת וועט זיכער געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט און מען וועט מיטנעמען די לימודים מיט זיך איבעראל וואו מען געפינט זיך נאר.