א געהויבענע שבת קודש נצבים ביים רבי'ן אין אומאן
כט אלול תשפ"ב 📝
אנשי שלומינו האבן געהאט די זכיה אפצורעכטן א גאר געהויבענעם שבת קודש בצל קודשו פון הייליגן רבי'ן אין אומאן.
דא וועלן מיר געבן א קורצע באריכט פונעם שבת קודש, בעז"ה נאך יום טוב וועט מען באריכטן א לענגערע באריכט פונעם נסיעה קיין אומאן, און וויאזוי דער יום טוב איז דורכגעגאנגען.
פרייטאג צונאכטס האט מען געדאווענט א ווארימע דאווענען מיטן געשמאקן בעל תפילה מו"ה מאטי היימליך הי"ו, נאכן דאווענען - בשעת מען האט אנגעגרייט דעם בית המדרש צום סעודה, האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינער שמועס אונטן אין עס-זאַל, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז באמת דארף מען תיכף נאכן דאווענען אהיים גיין און מאכן די סעודה, נאר יעצט האט מען נישט קיין ברירה, מען דארף אנגרייטן דעם בית המדרש. דער ראש ישיבה האט געגעבן א שמועס איבער דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און וויאזוי אלעס קען זיך איבערדרייען צום גוטן ווען מען געוואוינט זיך צו צו געבן פאר יעדעם גוטע ווערטער.
ביי די זמירות ווען מען האט געהאלטן ביים שטיקל פון "מודה אני לפניך" האט דער ראש ישיבה אויסגערופן "ווען שבת געפאלט אום יום טוב לאזט מען אויס דעם שטיקל 'מודה אני לפניך', און א שבת ביים רבי'ן איז א יום טוב", און דער דער ראש ישיבה האט מיט א געוואלדיגע שמחה אנגעהויבן "אשת חיל" מיטן ברסלב'ן נוסח.
ביים סעודה האט מען געזונגען אינאיינעם, ווי דער ראש ישיבה רעדט כסדר איבערדעם אז דער עיקר אידישקייט איז טון די פשוטע זאכן אזויווי זינגען זמירות וכדו'.
נאך די סעודה האט דער ראש ישיבה אויסגערופן אז מען זאל חלילה נישט לאזן די קינדער הפקר, אדער זאל מען זיך לייגן שלאפן מיט די קינדער, אדער זאל מען זיי האלטן נעבן זיך ביים באטע.
ביים באטע האט דער ראש ישיבה ממשיך געווען דער פריערדיגער שמועס פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דעם יאר האט יעדער מורא געהאט אז צוליב די פילע נסיעות און סטאפס און אזוי אויך זענען געווען אסאך באריכטן אז די עירפארטס זענען זייער איבערגעשטרענגט און מען האט זיך גערישט אז אסאך רענצלעך וועלן נישט אנקומען, דערפאר האט יעדער גוט מתפלל געווען "באשעפער העלף מיינע רענצלעך זאלן אנקומען" און ווי וואונדערליך עס הערט זיך, איז דאס יאר פארלוירן געווארן אסאך ווייניגער ווי אנדערע יארן.
שבת קודש אינדערפרי איז דער ראש ישיבה געגאנגען צום ציון מיט פילע פון אנשי שלומינו, און געזאגט דער תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען פאר אפאר מינוט.
נאכן דאווענען איז געווען א שיינע שיעור אין סיפורי מעשיות, דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט מעשה י"ג פון די זיבן בעטלערס, דער ראש ישיבה האט גערעדט אפילו דו האסט שוין געבעטן, בעט נאכאמאל, און אויב ביסט נאך אלץ נישט געהאלפן געווארן, אפשר דארפסטו רעדן צום אייבערשטן מיט דרך ארץ? מען דארף זיך "אויסרעדן" צום אויבערשטן, און נישט זיך "אפרעדן".
דערנאך האט דער ראש ישיבה אביסל ארום גערעדט איבער "שלום בית", רעדן שיין צו די ווייב, און זען אירע מעלות און נישט באמערקן איר חסרונות.
דער עולם האט אויסגענוצן דעם שבת נאכמיטאג ווי עס דארף צו זיין, אדער האט מען זיך אראפ געלייגט און זיך אויסגערוט פונעם שווערן וועג, אדער איז מען געגאנגען צום ציון, אדער האט זיך יעדער געלערענט זיינע שיעורים אין בית המדרש.
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה געזאגט אז בלויז קומען קיין אומאן אויף ראש השנה מאכט נאך נישט דעם מענטש פאר א ברסלב'ער, צום רבין אין אומאן דארף קומען די גאנצע וועלט, ווער דארף דען נישט קיין תיקון? וואס דארף א ברסלב'ער טון? לערנען יעדן טאג, אביסל משניות, אביסל גמרא, אביסל חומש. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם זיסן "סדר דרך הלימוד" וואס דער רבי האט אונז געגעבן, אפילו דו האסט נישט קיין געדולד, האסט נישט קיין חברותא, "זאג די ווערטער אפילו אָן קיין עברי..."
דער ראש ישיבה האט אסאך מאל ארומגערעדט אז מען דארף נישט וועלן וויינען ביים ציון, סיי ווייל דאס איז נישט קיין חלק פונעם תיקון, און נאך מער ווייל וואס מער מען דרוקט זיך צו וויינען גייט עס נישט...
מוצאי שבת קודש נאכן זינגען זמירות און עסן מלוה מלכה איז פארגעקומען א זייער מרוגש'דיגע מעמד, דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן פילע אינגעלייט בחורים און אינגלעך וואס האבן יעצט זוכה געווען צו מאכן סיומים, עס זענען פארגעקומען 5 סיומי הש"ס. 10 משניות, 3 ספר המידות, 2 כל ספרי רבינו, א סיום שלחן ערוך, און נאך פילע סיומים, דאס איז אויסער די פילע סיומים וואס אנשי שלומינו האבן געפראוועט ביי זיך אינדערהיים איידער זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.
דער ראש ישיבה האט געזאגט נאך אזעלכע סיומים קען מען שוין גארנישט זאגן. און האט ארויסגעברענגט אז דאס איז מער פון אלע דרשות וואס מען קען געבן. ווען מען זעט ווי צווישן די מסיימים זענען דא אלע סארטן אידן אין אלע מצבים, און ווען א בחור אדער אינגערמאן זעט מיט די אייגענע אויגן ווי א בחור אדער אינגערמאן מיינס גלייכן קען זאגן משניות, ש"ס, שו"ע, ספרי רבינו, און אזוי ווייטער עפענט זיך אויף זיין הארץ און ער באשליסט לאמיר אויך אנהייבן א שיעור אין גמרא און אין משניות.
דערנאך האט מען געזאגט א ווארימע סליחות זכור ברית ביי חצות הלילה, דער שליח ציבור איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א וואס האט פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.
ווי שוין געשריבן אויבן, וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען א פרישע באריכט איבער דעם יום טוב מיטן ראש ישיבה שליט"א אין אומאן נאך יום טוב.