דעם פארגאנגענעם מיטוואך פרשת פנחס, האבן די מיטארבעטער און עוסקים במלאכת הקודש אינעם "בית הדפוס" אין קרית ברסלב ליבערטי געהאט די זכיה אויפצונעמען א חשוב'ן גאסט, הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א – דער 'בעל מגיה' פון אלע ספרי מוהרא"ש זי"ע. הרב ר' שלמה ברוך איז געקומען צום באזוך אינאיינעם מיט'ן איבערגעגעבענעם הרב יואל הכהן ראזענבערג שליט"א, דער מייסד פונעם בית הדפוס און דער נדבן פונעם בנין פונעם בית הדפוס; ער האט געוואלט האבן די געלעגנהייט מיטצולעבן פון נאנט די ווירטשאפט פונעם בית הדפוס, דער פאבריק וואס פארשפרייט אמונה איבער די גאנצע וועלט.
 
פאר די וואס ווייסן נישט, הרב ר' שלמה ברוך שליט"א איז שוין מוסר נפש פאר לאנגע יארן מיט אן אומגעהויערע איבערגעגעבנקייט פאר די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. ער האט פיל עדיטעד, איבערגעקוקט, פארראכטן די דקדוק, און מסדר געווען די ניקוד אויף פילע פון מוהרא"ש'ס ספרים.
 
איידער זיינע צייטן זענען די ספרים געווען אן קיין ניקוד. ווער עס האט עס שוין אמאל געזען, קען היינט קלאר זען דעם גרויסן חילוק. אלע נייע מהדורות פון "אשר בנחל", די תוספתא וואס דער בית הדפוס האט געדרוקט, אזוי אויך דער ספר "חיי מוהרא"ש" און נאך פילע אנדערע ספרים, קומען היינט ארויס אזוי הערליך און פראכטפול. עס קומט זיך אים א גרויסע הכרת הטוב פאר זיין אומערמידליכער ארבעט און מסירות נפש דורכאויס די יארן.
 
ביי זיין באזוך אין בית הדפוס, האט מען געזען אויף זיין פנים א געוואלדיגע שמחה און קורת רוח. ער איז ממש אויפגעלעבט געווארן זעענדיג מיט די אייגענע אויגן ווי זיין שווערע הארעוואניע גייט חס ושלום נישט לאיבוד. גייענדיג צווישן די שעלווס, האט ער באמערקט פילע פון די ספרים און קונטרסים אויף וועלכע ער האט אזוי שווער געארבעט, ווי זיי ווערן היינט איבערגעדרוקט אין גרויסע קוואנטומס און ווערן כסדר באנוצט און פארשפרייט צווישן אידישע קינדער. בפרט האט ער באמערקט די ענגלישע קונטרסים; ווען מיט עטליכע יאר צוריק האט אויסגעזען ווי די קונטרסים זענען שוין אויסגעגאנגען און זענען מער נישטא צו באקומען, און מ'האט זיי כמעט נישט איבערגעדרוקט.
 
אבער דא האט ער געזען ווי מען האט אריינגעלייגט כוחות זיי שיין איבערצופרישן און איבערצומאכן, און זיי ליגן אינעם סטאק, גרייט צו ווערן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט. דער פאקט אז די קונטרסים אויף וואס ער האט זיך אזויפיל מוסר נפש געווען, ווערן גענוצט, געדרוקט און פארפלייצן דעם מארק, האט אים מורא'דיג מחיה געווען.
 
מיר אלע נעמען ארויס פון דעם א גרויסע התעוררות זיך אויפצופרישן און עוסק זיין אין "הדפסה" און "הפצה". די כוחות וואס א מענטש לייגט אריין אין דרוקן און פארשפרייטן די עצות פונעם הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש זי"ע, איז די בעסטע אינוועסטמענט וואס א מענטש קען נאר מאכן אויף דער וועלט; א זיכערע אינוועסטמענט וואס ברענגט פירות און רווחים סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.
 
מוהרא"ש פלעגט אונז אלעמאל מעורר זיין צו עוסק זיין אין הפצה, און ער פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דאס פארשפרייטן די הייליגע ספרים איז א געוואלדיגער תיקון פארן נשמה. מיר דארפן זיך שטארקן מקיים צו זיין די צוואה פונעם הייליגן רבין, "עוסק צו זיין אנצוטרינקען ביימער".
 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז הרב רבי שלמה ברוך זאל ווייטער האבן כח, ער זאל זיין געזונט און שטארק, און קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז, און זען ווייטער פירות פון זיין הייליגע ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.