גרשון קרעמער
 
אזוי ווי אנשי שלומינו אין לאנדאן האבן געהערט אז דער דיין שליט"א געפינט זיך דא אויף א קורצן באזוך, האט מען געבעטן דעם דיין ער זאל אריבערקומען איבערגעבן א שמועס פארן ציבור אינעם בית המדרש היכל הקודש — וואס ווערט געפירט דורך דעם גבאי מו"ה שמחה בלאק הי"ו מיט גרויס געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט.
 
דער ציבור איז זיך צוזאמענגעקומען אין בית המדרש צו הערן דברי חיזוק. דער דיין האט אנגעהויבן די דרשה און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פונעם הייליגן רבי'ן, און די גרויסע זכיה וואס מיר האבן צו זיין מקורב צו אים.
 
דער יסוד איז רצון
 
דער דיין האט דערמאנט וואס מוהרנ"ת שרייבט ביים אנהייב פון ספר ליקוטי מוהר"ן בנוגע רבי שמעון בר יוחאי — אז רבי שמעון "דארף צוקומען" צום רבי'ן. דאס איז לכאורה זייער שווער צו פארשטיין: וויאזוי קען זיין אז דער הייליגער תנא רבי שמעון דארף צוקומען צום רבי'ן?
 
נאר מוהרנ"ת איז מסביר: אין זוהר הקדוש שטייט אז אויף פגם הברית איז נישטא קיין תשובה, אבער דער רבי זאגט: "קיינער פארשטייט נישט רבי שמעון נאר איך, און איך זאג אז מ'קען יא תשובה טון." דורך דעם קענען מיר זיך מחבר זיין צו רבי שמעון; דאס הייסט אז רבי שמעון דארף צוקומען צום רבי'ן כדי מיר זאלן קענען פארשטיין זיין תורה.
 
דער דיין האט דערציילט, אז ווען הרה"צ ר' יצחק שליט"א האט זיך אריבערגעצויגן פון בארא פארק קיין יבנאל, האט ער איבערגעלאזט אסאך ספרים וואס מען האט געקענט נעמען. ער האט דארט געפונען דעם ספר 'שם משמואל' און געזען א שטיקל וואו ער ברענגט נאך פון זיין טאטן, דער 'אבני נזר' זצ"ל, וועלכער פסק'נט להלכה: אפילו א מענטש וואס האט געזינדיגט און דארף רחמנא ליצלן גיין אין גיהנום, אויב ער וויל באמת תשובה טון, נעמט אים דער בלויזער רצון שוין ארויס פון גיהנום. דאס איז דער גרויסער יסוד פון התחדשות און רצון וואס דער רבי לערנט אונז — אז אפילו ווען א מענטש פאלט חלילה דורך, טאר ער בשום אופן נישט פארלירן דעם רצון.
 
חיזוק אויף גמרא און הפצה
 
דערנאך האט דער דיין גערעדט איבער די גרויסקייט פון פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און האט אויפגעפאדערט דעם ציבור אוועקצושטעלן א קבוע'דיגן שיעור אין גמרא יעדן טאג אין בית המדרש. ער האט דערציילט וויאזוי דער ראש ישיבה האט אים געבעטן פארצולערנען א שיעור גמרא יעדן טאג, און אים אנגעזאגט אנהאלטן דעם שיעור מיט עקשנות — אפילו אויב עס זענען דא בלויז צוויי באטייליגטע, איז דאס אויך א גרויסע זאך.
 
דער דיין האט ארויסגעברענגט זיין גרויסע הנאה פון די ברייטע הפצה אקטיוויטעטן וואס גייען פאר אין לאנדאן דורך דעם גרויסן מפיץ מו"ה אפרים נאוואגראצקי הי"ו, וואס דרוקט און פארשפרייט הונדערטער גליונות יעדע וואך.
 
ר' אפרים האט דערציילט א מעשה פון הפצה וואס האט פאסירט אין א געוויסן בית המדרש: איין מאל ביים אריינקומען, האט איינער אויף אים געשריגן: "נעם דיינע פעיפערס און גיי ארויס פון דא!" האט ער אים געפרעגט: "דו ווייסט בכלל וואס דא שטייט? פארוואס שרייסטו?" יענער האט געענטפערט: "מ'דארף עס נישט האבן דא." דער מפיץ האט זיך נישט געוואלט טענה'ן און איז ארויסגעגאנגען. עטליכע וואכן שפעטער איז ער צוריקגעקומען צום זעלבן בית המדרש, און דער זעלבער איד איז צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט: "האסט אפשר א גליון פאר מיר?" — זעט אויס אז אינצווישן האט ער שוין אנגעיאגט צו פארקאסטן פונעם גוטן "אונגארישן וויין"...
 
א מעשה פון תפילה
 
צום שלוס האט דער דיין דערציילט וויאזוי ער איז אנגעקומען קיין לאנדאן דורך א מעשה פון תפילה. ער האט געדארפט האבן א וויכטיגן אפוינטמענט ביי א דאקטאר אין לאנדאן, וואס אין געוויינטליכע אומשטענדן נעמט צווישן 6 חדשים ביז א יאר צו באקומען אן אפוינטמענט. ווען ער האט געפרעגט דעם טראוול אגענט ר' אלי' קנאל הי"ו איבער טיקעטס, האט ער אים געזאגט אז די פרייזן זענען זייער טייער, אבער ער האט באמערקט אז סוף חודש יולי למספרם איז עס אסאך ביליגער. דער דיין האט באשלאסן עס צו בוקן, כאטש ער האט נאך נישט געהאט קיין אפוינטמענט.
 
ער האט גערופן בעטן אן אפוינטמענט אויף יענעם דאטום, אבער מ'האט אים געזאגט אז עס איז אינגאנצן פול. ער מיט זיין ווייב האבן שטארק מתפלל געווען און געבעטן דעם אויבערשטן, און דערנאך האבן זיי ווידער גערופן צום דאקטאר — און פלוצלינג זאגט די סעקרעטאר אז יא, עס איז דא א פלאץ! ווען זיי האבן געפרעגט וויאזוי דאס האט פאסירט, האט זי געענטפערט אז דער דאקטאר האט געפלאנט ארויסצוגיין אויף וואקאציע יענע וואך און האט טאקע געלאזט די וואך ליידיג פון אפוינטמענטס, אבער יעצט האט ער פלוצלינג באשלאסן ארויסצופארן א וואך שפעטער, און אזוי איז צוגעקומען א גאנצע וואך וואס ער קען אויפנעמען פאציענטן.
 
דער עולם אין לאנדאן איז ארויס שטארק מחוזק פונעם געהויבענעם באזוך פונעם דיין שליט"א, וואס וועט איבערלאזן א טיפן רושם און השפעה אויף א לאנגע צייט.
 
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.