שאלה:
 
לכבוד ר' גרשון, איך האב לעצטנס געלייענט איבער די גאר באקאנטע "קאקא-קאלא" פירמע. עס איז דארט געשטאנען אז די פונקטליכע רעצעפט וויאזוי מען מאכט דעם געטראנק איז א געהיימער סוד וואס ליגט פארשלאסן אין א שטארקן סעיף, און בלויז געציילטע מענטשן אויף דער וועלט ווייסן דעם צוזאמשטעל. איז דאס טאקע אמת?
 
אויב יא, וויאזוי קען מען געבן א הכשר דערויף? דער רב אדער דיין מוז דאך זען יעדע זאך וואס מען לייגט אריין דערין איידער ער גיט א הכשר.
 
א לייענער
 
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
טייערער לייענער, איר פרעגט א זייער גוטע שאלה. עס איז אמת אז די אריגינעלע רעסעפי פון קאקא-קאלא איז איינע פון די גרעסטע ביזנעס סודות אויף דער וועלט, אבער ווען עס קומט צו כשרות, מאכט מען נישט קיין שום פשרות.
 
עס זענען דא שמועות אז די וועג וויאזוי מען גיט א הכשר איז אז קאקא-קאלא ווייזט זיי א ווערהאוז מיט למשל הונדערט אינגרידיענטס, וואס בלויז א קליין חלק פון זיי ווערט פאקטיש גענוצט אינעם געטראנק, און וויבאלד די רבנים באשטעטיגן אלעס אלס כשר, קענען זיי געבן א הכשר דערויף אן וויסן די פונקטליכע געהיימע רעצעפט.
 
אבער דאס איז אין פאקט נישט אמת. די רבנים (ווי די 'או-יו' אין אמעריקע און הרב לאנדא פון בני ברק) וועלכע גיבן דעם הכשר, באקומען יא פולע צוטריט און קענען זען פונקטליך יעדע איינציגסטע אינגרידיענט וואס גייט אריין אינעם געטראנק. אבער די דיינים און משגיחים דארפן אונטערשרייבן א שטרענגע "נאן-דיסקלאוזשער עגרימענט" (NDA - א קאנפידענשעליטי קאנטראקט), אז זיי טארן בשום אופן נישט ארויסגעבן דעם סוד פאר קיינעם.
 
היינט זונטאג פרשת ואתחנן, ה' אב, געפאלט אויס די יארצייט פונעם צדיק יסוד עולם, דער הייליגער ארי הקדוש ז"ל, וואס "כל רז לא אנוס ליה" – ער האט געוויסט די געהיימסטע סודות, און מיר אלע לעבן היינט פון זיין תורה און קדושה וואס איז איבערגעגעבן געווארן פאר אונז דורך זיין גרויסן תלמיד, רבי חיים וויטאל ז"ל.
 
עס שטעלט זיך די שאלה: וואס איז געווען זיין גרויסער סוד? וויאזוי האט ער זוכה געווען צו אזעלכע מדרגות אין קדושה, און באוויזן צו זען וואס טוט זיך אין אלע וועלטן, וואס ער האט מגלה געווען פאר זיינע תלמידים? וואס איז געווען זיין געהיימע "רעסעפי"? איז עס נאך אלץ א סוד?
 
דער אמת איז אז יא. כאטש דער געהיימער סוד איז שוין ארויסגערינען – זיין גרויסער תלמיד רבי חיים וויטאל האט עס בפירוש געשריבן אין זיינע כתבים – דאך איז עס נאך אלץ א סוד. דאס איז פון די פלאי הבריאה, וויאזוי צדיקים קענען מגלה זיין גרויסע סודות, זאכן וואס אויב מען ווייסט זיי קען מען אנקומען צו די גרעסטע מדרגות, אבער עס בלייבט נאך אלץ א סוד.
 
מען קען מיינען אז דער געהיימער רעסעפי צו ווערן אזא קדוש וטהור ליגט אין פאסטן שווערע תעניתים משבת לשבת, אדער מאכן סיגופים און זיך וואלגערן אין שניי וואס דער קערפער קען קוים איבערטראגן.
 
אבער ניין! רבי חיים וויטאל זי"ע שרייבט, אז ער איז אנגעקומען צו זיינע מורא'דיגע מדרגות בלויז דורך שמחה של מצוה!
 
ער האט געזאגט, אז יעדעס מאל וואס ער האט מקיים געווען א מצוה, האט ער זיך אזוי שטארק געפריידט דערמיט, פונקט ווי א מענטש וואס באקומט יעצט א טעלעפאן רוף פון די לאטערי אפיס אז ער האט געווינען א ביליאן דאלער און ער ווערט יעצט א ריזיגער עושר. "דאס" – שרייבט ער – "האט אים אויפגעהויבן אזוי הויך".

 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.