טאג טעגליך טוט זיך א געוואלדיגע פארקער אינעם פערעלעס קליידער געשעפט אין קרית ברסלב, א דאנק די פילע וואלונטירן און נדבנים וואס געבן כסדר אריין קליידער, פארמאגט דער געשעפט א הערליכע אויסוואל פון קליידער פאר אלע יארגענג אנגעהויבן פון ניי געבוירענע קינדער ביז ערוואקסענע, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען, וואס דאס ערמעגליכט אנשי שלומינו איינצוקויפן הערליכע בעסטע קוואליטעט פרייזן פאר גאר ביליג.
 
דער געשעפט לויפט אויף א געוואלדיגע סדר, וואס דאס מאכט דעם געשעפט זייער געשמאק אריינצוקומען איינקויפן, עס זענען דא פילע וואלוטירן פרויען אנשי שלומינו וואס יעדער האט זיך איר אויפגאבע וואס זיי קומען אריין עטליכע מאל א וואך צו טון זייער ארבעט מיט געטריישאפט. צווישן אנדערע טוען די וואלונטירן איבערקוקן יעדעס איינציגסטע זאך וואס קומט אן, און זיי מאכן זיכער אז עס איז אין א גאר א גוטע צושטאנד, און איז שיין און ריין, און פאסיג אריינצוקומען אין געשעפט; דערנאך סארטירט מען די קליידער צום אפטיילונג ווי עס געהערט, בעיביס, קליינע קינדער, גרעסערע קינדער, גרויסע קינדער, און ערוואקסענע, אינגלעך, מיידלעך, זומער, ווינטער, וואכן, שבת, שמחות און אזוי ווייטער. בעפאר יעדע סעזאן וועט מען אוועקנעמען די קליידער פון די אלטע סעזאן, און ארויסברענגען א פרישע שיפמענט א גרויסע אויסוואל פון קליידער פארן קומענדיגן סעזאן.
 
דער געשעפט אפפערט ספעציעלע מעמבער פרייזן פאר משפחות פון אנשי שלומינו, און יעדע פרייז ליגט אויף אן אנדערע קאליר פרייז טעג, כדי צו פארגרינגען דאס רעכענען.
 
ביי דעם געלעגענהייט ווילן די פארוואלטער פון פערעלעס בעטן פון אלע וואס ברענגען און זענען מנדב קליידער אז מען זאל גוט פארמאכן די באקסעס און צוקניפן די בעגס בעפאר מען ברענגט עס, כדי עס זאל נישט צוטרעטן און שמוציג ווערן און זאל בלייבן ראוי צו ווערן פארקויפט ווייטער, אזוי אויך בעט מען פון די קאסטומערס מען זאל נישט אריינגיין אין די צימער ווי די וואלונטירן סארטירן און קוקן איבער די קליידער, און נישט שטערן אדער עפענען בעגס אדער באקסעס.
 
אנשי שלומינו זענען זייער דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט אהערגעשטעלט דעם פראיעקט, אלעס כדי אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, און קענען קליידן זיך און די משפחה פאר עפארדעבל פרייזן. אזוי אויך קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר אלע וואלונטירן און בפרט פאר משפחת היילפערין וועלכע געבן אוועק פון זייער טייערע צייט  צו העלפן דעם ראש ישיבה מיט'ן פראיעקט און זענען מנדב יעדע וואך אסאך שעות פארן הצלחה פונעם געשעפט. זאל זיי דער אויבערשטער באצאלן מיט אלעם גוטן.
 
צום לעצט ווילן מיר מעלדן א געוואלדיגע סעיל וואס קומט פאר אינעם געשעפט אין די טעג, איינקויפער קענען פון יעצט ביז ראש חודש אב הבעל"ט אנפילן א גאנצע בעג פון קליידער פאר'ן פרייז פון בלויז $10. קומט היינט אריבער צו פערעלעס און זעט מיט די אייגענע אויגן די הערליכע קליידער וואס וועט אייך מחי' זיין מיטן אויבערשטנס הילף. 
 
קומט און כאפט מציאות ווילאנג עס איז דא!