ויהי ממחרת, נאכדעם וואס דער זעקסטער יערליכער אנשי חיל קאמפיין האט זיך געענדיגט, איז צייט צו מאכן א סכך הכל פון וואס עס האט זיך דא אפגעטון.
 
"מיר האבן דערגרייכט דעם ציל" האט דער ראש ישיבה שליט"א נעכטן געזאגט, ווען ער האט ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די 574 אנשי שלומינו וואס זענען ארויס געאנגען פון זייער באקוועמליכקייט און אנגערופן מענטשן בעטן נדבות פאר די מוסדות, וואס דאס איז געווען זיין ציל, ווייל "עס איז שווערער צו פועלן ביי מענטשן צו גיין נאך געלט ווי צו פועלן צו רעדן צום אויבערשטן אדער דער סדר דרך הלימוד", דער ראש ישיבה האט זיך זייער באדאנקט פאר אנשי שלומינו פאר זייער אנשטרענגונג פאר די עתיד פון די מוסדות, פאר די עתיד פון אונזערע קינדער.
 
עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם זעענדיג ווי עס זענען אריינגעקומען איבער צוועלף טויזענט אינדיווידועלע נדבות, רובם ככולם זענען געקומען פון פשוטע ארבעטער, פון אידן וועלכע ארבעטן שווערן אויף א שטיקל ברויט און האבן אוועקגעגעבן דערפון פאר'ן אויבערשטן.
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז אריינגעקומען אזויפיל נדבות, מיינט דאס אז מען האט געמאכט אסאך מער רופן צו מענטשן, עס איז לא ימלט אז יעדער וואס מען רופט זאל געבן, וויבאלד נישט יעדער איז אלץ ביכולת צו געבן, און דאס מיינט אז אנשי שלומינו האבן געמאכט אין די טעג שווערע צענדליגע טויזנטער רופן וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אריינגעקומען איבער א דריי-פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס געלט איז אן אייביגע אינוועסטמענט פאר די אלע נדבנים, וואס וועט זיי אנטקעגן קומען סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.
 
וויבאלד פילע דרייווס ווילן נאך אנקומען צו זייערע צילן, און נאך אסאך אידן ווילן זיך נאך באטייליגן וועט די קאמפיין פעידש נאך פארבלייבן אפן פאר נאך א וואך.
 
קליקט יעצט דא זיך צו ביישטייערן
 
מי שמדבר לבני אדם שיתנו צדקה הוא מרבה ישועה