געזען אדער באמערקט?
כא חשון תשפ"ז 📝
שאלה:
ווען מ'רעדט נוצט מען אמאל דעם אויסדרוק "איך האב עס געזען", און אמאל זאגט מען "איך האב עס באמערקט". עס קוקט אויס ווי ביידע מיינען די זעלבע זאך; האב איך געוואלט פרעגן פון ר' גרשון קרעמער: זענען דאס טאקע צוויי ווערטער מיט דעם זעלבן טייטש, אדער איז פארהאן א חילוק צווישן "זען" און "באמערקן"?
א גרויסן ישר כח, עס איז זייער שיין וואס איר שרייבט.
משה'לע טייטלבוים, קרית יואל
ענטפער פון גרשון קרעמער:
טייערער משה'לע, דו האסט געזען און באמערקט א גאר וויכטיגע נקודה, און עס לוינט זיך טאקע אפצושטעלן דערויף. ווייל אפילו ווען מענטשן זעען זאכן, מיינט עס נאך נישט אז זיי מוזן עס אויך באמערקן; און דאס איז טאקע א זאך וואס אסאך מענטשן פארשטייען נישט.
דער אמת איז אז "באמערקן" איז גאנץ אן אנדערע זאך ווי סתם "זען". יעדער קען דאך דאס ווארט "באמערקונג", וואס דאס טייטש אויף ענגליש א "קאמענט" (אדער א "הערה" אויף לשון הקודש); דאס מיינט אז "באמערקן" באציט זיך נישט בלויז אויף וואס די אויג "זעט", נאר עס מיינט מאכן א "באמערקונג" און ארויסזאגן מיט'ן מויל א "הערה" אויף דעם וואס מען זעט.
אויב אזוי, קען מען טאקע זען אבער נישט באמערקן; די אויג זעט שוין זייער גוט, אבער דאס מויל בלייבט פארמאכט, פונקט ווי מען וואלט גארנישט געזען.
אבער דא ליגט די גאנצע נקודה: מ'קען באמערקן זאכן אפילו אן דעם וואס מען זעט עס ממש פאר די אויגן. למשל, דו קומסט אהיים נאך א לאנגע טאג ארבעט, און דו ניצט די תורה פון "אזמרה" כדי צו "זען" עפעס גוט. אפילו ווען אלעס איז איבערגעקערט און ס'איז גארנישט דא אויפ'ן טיש, וועסטו דאך "באמערקן" עפעס א גוטע נקודה. אדער ווען דו זעסט אז דער טיש איז אפגערוימט און די וועש איז שיין צוזאמגעלייגט, כאטש דו האסט נישט געזען ווער ס'האט עס געטון, קענסטו עס דאך באמערקן; דו קענסט זאגן פאר יעדן פון דיינע קינדער באזונדער: "וואו, איך בין זיכער אז דו האסט עס געטון!" עס זענען דא פעלער וואס מען מעג יא "חושד" זיין... וואס טראכסטו וועט פאסירן ווען דיין קינד זעט ווי מען איז אים כסדר "חושד בכשרים" אז ער איז דער וואס האט געטון די גוטע זאך?
מיט די עצות פונעם רבי'ן קען מען נעמען די זעלבע שפראך וואס מענטשן ניצן צומאל אויף נעגאטיוו – א שפראך וואס דערווייטערט און צוברעכט נעבעך – און זיך אפלערנען דערפון צו טון דאס זעלבע כדי צו מחזק זיין און צו בויען; נעמען די זעלבע ווערטער, נאר זיי איבערדרייען אויף פאזיטיוו.
קום אהיים צו דיינע קינדער מיט "שטרענגע" אויגן פונקט ווי איינער וואס איז אויפגערעגט, אבער מיט א באהאלטענעם שמייכל אויפ'ן פנים, כדי די קינדער זאלן פארשטיין אז דו ביסט נישט באמת אין כעס, און רוף דיך אויס מיט א הויעכע שטימע: "ווער האט דא אזוי שיין געמאכט דעם צימער?! דו מיינסט טאקע איך ווייס נישט ווער עס האט דאס געטוהן?! איך מיין אז דו ביסט עס! דו ביסט דאך שטענדיג אזוי וואויל, דו זוכסט דאך אלעמאל צו טוהן וואס דער אויבערשטער הייסט."
דאס הייסט באמערגן אן דעם וואס מ'זאל עס "זעהן"!
און ווען דו זעסט שוין יא עפעס, אויב ס'קען ארויסקומען א תועלת דערפון, זאלסטו עס באמערקן, לאזן וויסן אז דו האסט עס געזען און ווייזן ווי שטארק דו פרייסט זיך דערמיט. אבער אויב ס'איז בעסער אזוי, מאך זיך ווי דו האסט גארנישט געזען; אסאך מאל דארף מען טאקע "נישט" זען...
מ'דערציילט אויף איינעם פון די גדולי ישראל שליט"א, אז אמאל פרעגן אים מענטשן שאלות וואס ער וויל נישט הערן, ווייל ער כאפט גלייך אז מ'וויל אים סתם אריינשלעפן אין פאליטיק. אין אזעלכע פעלער ענטפערט ער געווענליך: "וואס האט איר געזאגט? איך האב נישט געהערט."
ווען יענער חזר'ט איבער די שאלה אביסל העכער, ענטפערט ער נאכאמאל: "וואס זאגט איר? איך הער נישט." ווען יענער פרעגט שוין די זעלבע שאלה דאס דריטע מאל, קוקט ער אים אן מיט א שמייכל: "דו זעסט נישט אז איך הער נישט?!"
דאס איז טאקע וואס מיר דארפן טון. אמאל, אפילו אויב מ'זעט אדער מ'הערט עפעס, מיינט עס נאך נישט אז מ'דארף עס טאקע "דערהערן און באמערקן".
אוטם אזנו משמוע דמים ועוצם עיניו מראות ברע
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.