כמעט יעדער אין אמעריקע איז שוין מיד פון רוקן די זייגערס יעדע האלבע יאר. אסאך רעדן זיך אפ אז יעדעס מאל מען רוקט דעם זייגער, נעמט עס זיי כאטש עטליכע טעג ביז זיי געוואוינען זיך צו צום נייעם זייגער, און דורכאויס די צייט שפירן זיי זיך מיד און אפגעמוטשעט. די שאלה ביי די געזעצגעבער איז אבער שטענדיג געווען וועלכע זייגער מען זאל אנהאלטן און וועלכע מען זאל אפשאפן.
 
יעצט איז ווידער ארויפגעקומען א געזעץ-פארשלאג אין קאנגרעס צו מאכן דעם זומער-זייגער פערמענאנט. דער פארשלאג איז דורכגעגאנגען גאר שטארק אין די קאמיטע מיט א מערהייט פון 48 קעגן 1. כאטש עס זענען שוין געווען ענליכע פארשלאגן אין די פארגאנגענהייט וואס האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג, זאגן מאנכע אז דאס מאל האט עס א בעסערע שאנס דורכצוגיין; הויפטזעכליך צוליב דעם וואס פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אויסגעדרוקט גאר שטארקע שטיצע פארן ביל, און געזאגט אז ער וועט ארבעטן גאר שווער אז דער געזעץ זאל דורכגיין.
 
אין אלגעמיין איז דא א שטיצע פאר'ן זומער זייגער, בעיקר צוליב וואס דאס וועט אויסציען די נאכט; אינדערפרי וועט עס איינרעדן דעם מענטש אז עס איז שוין זיבן אזייגער בשעת עס איז נאך זעקס, און אזוי ווי דער טאג הייבט זיך אן פרי, האט מען א לאנגן נאכמיטאג וואס מען קען אויסנוצן. אבער ביי אונז אידישע קינדער, וואס זוכן איין זאך - צו דינען דעם אויבערשטן - איז דאס ציל אינגאנצן עפעס אנדערש. די ערשטע זאך אינדערפרי - זאגט דער הייליגער רבי - איז גיין דאווענען. עס איז נישטא עפעס וויכטיגער צו ערלעדיגן אינדערפרי, נישט קיין חילוק צי מען איז יא גרייט אדער נישט. גיי דאווענען! אויב מען שטופט עס אפ, וועסטו זיך באלד טרעפן נאכמיטאג און האסט חלילה פארפאסט א שחרית. די זעלבע זאך איז מיט מנחה און מעריב: גיי אין שול דאווענען.
 
מאנכע ברענגען ארויף אן אישו אז אויב מען וועט לאזן דעם גערוקטן זייגער אום ווינטער, וועט אויסקומען אז דער ערשטער מנין שחרית אין ווינטער וועט זיין זייער שפעט. בפרט ווען מען דארף גיין ארבעטן, און מען דארף זיך באווייזן ביי די ארבעט זיבן אזייגער אדער אפילו ניין אזייגער, איז דא שטעט אין אמעריקע וואו דער נץ וועט נישט זיין פאר אכט אדער אכט-דרייסיג אינמיטן ווינטער, וואס דאס וועט זיין זייער שווער פאר ערליכע אידן איבער אמעריקע צו דאווענען שחרית כהלכה.
 
ביי אונז אבער וועט דער זייגער נישט דיקטירן; זיי קענען רוקן דעם זייגער וויאזוי זיי ווילן, מיר וועלן זיך ווייטער מוסר נפש זיין צו טון דעם רצון השם, און מען וועט ווייטער בעטן דעם אויבערשטן צו קענען דאווענען אלע תפילות מיט א מנין אין בית המדרש, און דער אויבערשטער וועט זיכער מקבל זיין אונזערע תפילות לרחמים ולרצון.