עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אין די נייעס איבער א פרישע סקעם וואס געוויסע חברה האבן געטון אין גראסעריס; זיי האבן ארויפגעלייגט א דעקל אויפן קרעדיט קארט מאשין א שטיקל וואס זעט אויס פונקט ווי די עכטע קרעדיט קארד מאשין, און די נאכגעמאכטע מאשין כאפט אויף ציפערן פון די קארטלעך וואס מען סווייפט דערויף, וואס ווערט דערנאך געשיקט צו זיי ווייערלעס, און אזוי האבן זיי די אינפארמאציע דאס צו נוצן אין אנדערע פלעצער.
 
דער ערשטער דאס צו כאפן איז געווען א אידישע גראסערי אין לעיקוואוד, ווען צוויי גוים זענען געקומען צו באצאלן אפאר קלייניקייטן וואס זיי האבן געקויפט מיט א הונדערטער, איינער האט געגעבן דעם הונדערטער, און דער צווייטער האט אויסגענוצט די געלעגענהייט - בשעת דער קאשירער איז געווען פארונמען מיט געבן רעשט - צו געבן א אין אן אויגנבליק שנעלערהייט א לייג ארויף דעם פלעסטיק שטיקל, דערנאך זענען זיי ארויס פון דארט און ויסעו…
 
דער אייבערשטער האט אזוי געפירט אז דער ארבייטער האט עפעס אויפגעכאפט און געהאט א געפיל אז עפעס איז דא נישט גוט געווען מיט די צוויי חברה, ער האט געבעטן מען זאל נאכקוקן די קעמרעס העכערן רעכענער, און מ'האט באמערקט וואס ער האט דארט אפגעטון אין דריי סקונדעס, אן דעם וואס איינער זאל עס קענען באמערקן.
 
מ'האט שנעל איבערגעגעבן די אינפארמאציע פאר די פאליציי, זיי זאלן אויפזוכן די חברה, אויך האט מען ארומגעשיקט בילדער פון די גויים פאר אלע אידישע גראסעריס אין אלע שטעט אז זיי זאלן אויך זיין געווארנט איבער דעם.
 
און וואס מיינט עטץ? ביי אונז אין שטעטל האט דאס אויך פאסירט… ווי פילע איינוואוינער האבן מיטגעהאלטן איז געווען מיט עטליכע חדשים צוריק א גניבה אויף פוד סטעמפס קארטלעך ביי אונז אין שטעטל קרית ברסלב, מ'האט פרובירט צו דערגיין פון וואו דאס קומט אבער אן ערפאלג, מ'האט נישט געקענט דערגיין דעמאלט פון וואו די חברה האבן באקומען די אינפארמאציע.
 
אלע האבן געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל צוריקבאקומען דאס געלט, ווי אויך אז מען זאל כאפן פון וואו די חברה האבן די אינפארמאציע.
 
ברוך השם אז אלע האבן צוריקבאקומען דאס געלט אויפן קארטל, נאכן אריינגעבן פאר די שטאט די סכום וואס מען האט פארלוירן פון זיי. אבער די מעשה האט זיך נישט געענדיגט דא… נאכן הערן וואס ס'האט פאסירט ביי דעם געשעפט אין לעיקוואוד האט זיך אונזער גראסערי אייגענטומער מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו געכאפט אז ער האט געהאט א זייער ענליכע מעשה ביי אים.
 
איין טאג האט איינער פון די ארבעטערס פארציילט אז ער זעט עפעס אן איבעריגע שטיקל אויפן מאשין, און אז ער האט דאס אראפגענומען, קודם האט ר' משה יחיאל נישט פארשטאנען "פארוואס צוברעכסטו די מאשין…?", אבער מ'האט געזען אז דאס איז טאקע אן איבעריגע שטיקל, און מען האט עס באזייטיגט, עד כאן וואס האט דאן פאסירט.
 
יעצט האט מען זיך געכאפט, אז זיכער איז דאס געווען די וועג וויאזוי די אלע פוד סטעמפס קארטלעך זענען באשווינדעלט דעמאלטס, מען האט געדאנקט דעם אויבערשטן אז מ'איז געוואר געווארן פון וואו דאס קומט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען שוין וויסן צו זיין געווארנט אויף אזעלעכע שווינדלערייען.