מיר לעבן אין א זייער שווערע און ביטערע דור, מען קען פרובירן "ארויסצוטרייבן די טונקלקייט" מיט א שטעקן, אבער עס וועט נישט מצליח זיין, דער רבי לערנט אונז אויס אריינברענגען א קליין לעכטעלע, און די חשכות וועט גלייך פארשוואונדן ווערן.
 
אינעם היינטיגן דור קומט אויס אז זייער אסאך אידן דארפן האבן פארשידענע דיווייסעס וואס קומען מיט עפפס, ווי טעלעפאנען און טעבלעטס, דער סמ"ך מ"ם וויל עס אנפילן מיט אלע מרעין בישין, און דורכדעם אוועקנעמען דעם איד פונעם אויבערשטן, ער זאל פארגעסן פונעם תכלית אויף וואס ער איז געקומען אויף דער וועלט, אין די שווערע צייט ברענגט דער הייליגער רבי'ס עצות אריין ליכטיגקייט ביי אידישע קינדער, מען פארשפרייט די שיעורים פון היייליגן רבי'ן וואס באלייכט און דערפרייט אידישע קינדער.
 
יעצט איז ברוך השם געקומען די צייט אז נאך אן איבערמידליכע ארבעט פון איבער צוויי און א האלב יאר וואס מען האט אריינגעלייגט גאר אסאך מח, כח, צייט און געלט איז דער נייער הערליכער "ברסלב סענטער" עפפ שוין ארויס לאור עולם.
 
גלייך אויפן מעין סקרין קען מען זען אלע פרישע אקטיוויטעטן אפ-טו-דעיט צו די מינוט ווי צום ביישפיל די לעצטע בריוו, שאלות ותשובות, בילדער, און נייעס. יעדע זאך קען מען מיט א קליק טרעפן גלייך אויפן פלאץ. מען האט אריינגעלייגט אסאך קאפ און מח אויפן אויסשטעל אז מען זאל זיך פילן גלייך היימיש אינעם עפפ. אזוי אויך האט מען געלייגט א שטארקע געוויכט אז דער עפפ זאל ארבעטן שנעל פליסיג און גרינג, אזוי אויך אז עס זאל זיין זייער "יוזער פרענדלי" מען זאל מיט איין בליק גלייך זען וואס מען קען טרעפן און וואו.
 
צווישן די פילע געשמאקע פיטשורס קען מען גרינג טרעפן יעדע שיעור אדער בריוו וואס מען זוכט דורך די פראקטישע "טעג פילטערס", אזוי אויך קען מען אנשטעלן מען זאל באקומען א נאטיפיקאציע - צום ביישפיל מען קען זיך אויסקלויבן צו באקומען א נאטיפיקאציע אויף יעדע חלק פונעם עפפ עקסטער, יעדער וואס ער גלייכט, ביי ארטיקלען, אוידיא שיעורים, טעגליכע בריוו, בילדער, בריוו, נייעס ארטיקלען, פראגעס און ענטפערס, ספרים, ווידיאוס.
 
מען קען בוקמארקן יעדע בריוו, בילדער אלבום, ווידיא אלבום, נייעס, עקסטער אז מען וויל עס זען, ליינען אדער הערן שפעטער.
 
אזוי אויך קען מען פרעגן שאלות אויפן עפפ - פונעם ראש ישיבה, וואס וועט בעז"ה ענטפערן דעם דעת תורה אויף אלע אייערע ספקות און פראגעס.
 
אין די קומענדיגע וואכן וועלן בעז"ה צוקומען נאך פארשידענע נייע פיטשוירס, ווי צום ביישפיל, מען וועט קענען טוישן די "פאנט סייז" גרעסער און קלענער, אזוי אויך וועט מען האבן צוויי סקרין מאודס, א געהעריגע מאוד געאייגענט פאר בייטאג, און א "נאכט מואָד", וואס וועט פארגריגערן פאר די אויגן ביינאכט. אזוי אויך וועט צוקומען די "שעיר" אפציעס, צו קענען מיטטיילן א בריוו, בילד אא"וו מיט סיי וועם.
 
דערווייל קען מען עס באקומען אויף די "גוגל עפפ" פלאטפארמע, און אין די נאנטע טעג וועט עס בעזרת השם זיין צו באקומען אויך אויף די "עפל סטאר".