א גאר פראדאקטיווע מיטינג איז פארגעקומען אין בית הדפוס פארגאנגענעם זונטאג חקת, מיט אלע ארויסגעבער פון די וועכנטליכע גליונות וואס קומט ארויס אין די קהילה, צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
 
מען איז געזיצן מיט די אינגעלייט וואס געבן ארויס די פילע שיינע גליונות "גליון היכל הקודש", וואס קומט שוין ארויס כמעט צוועלף יאר צום גוטן, "עצתו אמונה", "קרית ברסלב בלטעל", "סיפורי מעשיות", און צום לעצט דער נייער "זוהר מיטן ראש ישיבה". די אלע גליונות ווערן ארויסגעגעבן דורך געטרייע איבערגעגעבענע אנשי שלומינו וואס געבן אוועק זייערע טאלאנטן, זייער שלאף, זייער צייט, און שרייבן יעדע וואך די פילע אינהאלטספולע בלעטער וואס איז מחיה און מעודד צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט. די אלע גליונות ווערט געדרוקט אין די טויזטער וועכענטליך. און ווערן אויך איבערגעטייטשט צו נאך שפראכן, וואס ווערן אויך פארשפרייט אין די טויזנטער.
 
דער ראש ישיבה איז מעורר אז אנשטאט ליינען די אזוי גערופענע "אידישע" צייטונגען און מאגאזינען וואס איז אין בעסטן פאל א צייט שטופער, און רוב מאל איז עס ליידער פול מיט השקפה וואס די שרייבער האבן צוזאם געקליבן פון נישט גוטע מקורות, פון פרייע ביכער און פון די אינטערנעט, און מיט זייערע בעסטע כוונות בלייבט עס פיל מיט געדאנקען פון די גויאישע קעפ, ווי צום ביישפיל, "תכלית" מיינט "געלט", און "נשמה" מיינט "מענטל העלט"...
 
דאס איז א גרויסע שאד, ווייל דאס מאכט אסאך דעמעדזש אויף אונזערע נשמות, בפרט אויף אונזערע קינדער, ווען זיי ליינען די ארטיקלען נאך דערצו געשריבן אויף אידיש, גייט די באהאלטענע גיפט פון די גוי'אישע געשרייבעכצער אריין אין זייערע ריינע מוחות.
 
דער אמת איז אבער אז אלע חכמות און עצות האבן די צדיקים ארויסגענומען פון די הייליגע תורה, פון חז"ל, פון זוהר הקודש, ווי די צדיקים אין אלע דורות האבן אונז געלערנט און אראפ געשריבן אין זייערע ספרים.
 
דערפאר טוען אפגעהיטענע עלטערן אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין שטוב. און דער פארלאנג צו באקומען די ריינע גליונות פון היכל הקודש ווערט מיט יעדע וואך מער. און אויפן פארלאנג פון די פילע אנשי שלומינו טוט דער קרן הדפסה אנפירן א גרויסע "סובסקריבשאן" אפאראט, ווי מען טוט וועכענטליך ארויסשיקן די פילע גליונות צו הונדערטער משפחות אויף די פאסט.
 
ביים מיטינג האט מען איבערגעשמועסט מיט די איבערגעגעבענע אינגעלייט, וואס לייגן אריין שעות על גבי שעות שלא על מנס לקבל פרס, מיט די איינע כוונה, אז אידן זאלן האבן שבת קודש אויסגאבעס און ארטיקלען אנגעפילט מיט אמונה און מיט די מסורה פון די צדיקים, וויאזוי מען קען זיכער מאכן בסייעתא דשמיא אז די גליונות ווערן פארטיג אין צייט אנפאנג וואך, אזוי אז די אלע משפחות וואס ווארטן אזוי ארויס בכליון עינים ערב שבת קודש אויף די ערליכע ליין מאטריאל זאלן נישט בלייבן אויסגעשפילט.
 
דער מיטינג איז פארריבער מיט גרויס הצלחה, ווען ביים סוף האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע מתנה דער ספר הקדוש "ליקוטי מוהר"ן" מיט בריוו אריינגעשריבן אינעם ערשטן עמוד, פאר די אינגעלייט וואס געבן אוועק זייערע טייערע צייט צו אהערשטעלן יעדע וואך די שיינע גליונות.
 
הֶן־עָם לְבָדָד יִשְׁכֹּן וּבַגּוֹיִם לֹא יִתְחַשָּׁב