געלעבט הונדערט יאר בזכות די ברכה פון א צדיק
ד אלול תשפ"ו 📝
פארגאנגענע וואך איז אוועק פון דער וועלט האשה הישישה מרת אסתר פארגעס ע״ה, אין דעם הויכן עלטער פון הונדערט יאר, איבערלאזנדיג א גרויסע משפחה, קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך.
מרת פארגעס ע״ה איז דורכאויס איר לאנגע לעבן געווען באקאנט מיט איר געוואלדיגער מידת החסד. במשך איר לעבן האט זי געהאלפן אומצאליגע משפחות און יחידים בסתר, מיט א געוואלדיגער איבערגעגעבנקייט און אן קיין שום כבוד-זוכעריי.
וויאזוי האט זי זוכה געווען צו אזא אריכת ימים, און בפרט ווען זי איז געווען ממש געזונט און שטארק ביז די לעצטע מינוט? איבער דעם הערט א מורא׳דיגע מעשה:
אין יאר תשל״ב, האט די ווינער קהילה געוואלט קויפן פון איר א הויז כדי צו בויען דארט א מוסד התורה. ווען מען האט איר געבעטן א שיינע הנחה, איז זי מסכים געווען צו געבן א גרויסן דיסקאונט פונעם פרייז, אבער זי האט געשטעלט א תנאי: זי וויל א ברכה פונעם ווינער רב, הגאון רבי עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ״ל, בכתב, אז זי זאל לעבן הונדערט יאר געזונטערהייט.
דער רב האט גערן מסכים געווען איר צו געבן די ברכה, און ער האט איר טאקע געשריבן א שיינעם כתב וואו עס שטייט ארויסגעשריבן: ״מתוך בריאות השלימות עד מאה שנים״.
זי האט דעם כתב געהיטן אלע יארן, און מיט עטליכע יאר צוריק האט זי עס געשיקט פאר אירע אייניקלעך, כדי זיי זאלן וויסן פון דער געוואלדיגער מעשה.
און אזוי איז טאקע געווען, יעדעס ווארט איז מקוים געווארן: זי האט געלעבט ביז גענוי הונדערט יאר, געזונטערהייט און מיט א קלארן קאפ, ממש ביז די לעצטע טעג.
פארגאנגענעם שבת האט זי פלוצלינג געליטן א הארץ אטאקע ל"ע, און צוויי שעה שפעטער איז זי נפטר געווארן. דאס מיינט א הבטחה פון א צדיק.
אידישע קינדער זענען ערליך, אידישע קינדער זענען וואויל; מען איז זיך מוסר נפש צו טון פארשידענע סגולות נאר פאר איין סיבה: מען וויל תשובה טון, מען וויל זיין גוט, און אלעס איז חשוב ביים אויבערשטן. אבער נישט אלע סגולות זענען אזוי קראנט. מען זאגט נאך איש מפי איש אז אויב מען זאגט דריי מאל דעם דריטן פסוק פון דער דריטער סדרה אין דעם דריטן חומש, אין דעם דריטן חודש פון דעם דריטן יאר – וועט דאס מקרב זיין די גאולה. אפשר טאקע; אדער יא, אדער נישט.
דא אבער האבן מיר א הבטחה פון הייליגן רבי'ן – א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט גענומען צוויי עדות. דער רבי האט זיך מטריח געווען צו נעמען באגלייבטע עדות: דער ערשטער איז געווען רבי אהרן, דער רב פון ברסלב, א גאון עולם; און דער צווייטער איז געווען דער גרויסער תלמיד פונעם רבי'ן, רבי נפתלי פון נעמירוב. דער רבי האט זיי געזאגט קלאר: ווער עס וועט קומען אויף מיין ציון, געבן א פרוטה לצדקה לטובתי, און זאגן די צען קאפיטלעך תהלים – אפילו אם גברו עוונותיו ופשעיו, וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית.
און דאס זעלבע איז מיט'ן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. דאס האט נישט חייקל בעל עגלה געחלומט ביינאכט; דער הייליגער רבי נתן, וואס כל רז לא אנוס ליה, האט מעיד געווען אז די הבטחה פונעם רבי'ן אז ער וועט אונז זיין א מליץ יושר ראש השנה ביי זיין ציון — אפילו פאר ווער עס קען נישט קומען א גאנץ יאר — דאס גייט אן ביז משיח וועט קומען.
און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס מיר קוקן אויף גארנישט; נישט וואס מיכל זאגט און נישט וואס רעכל זאגט, צי מען דארף פארן צען שעה אדער צוואנציג שעה. איך מוז פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה. וואס טוט א מענטש נישט פאר זיין נשמה?
צדיק גוזר והקב"ה מקיים
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.