די גאנצע וועלט האלט מיט מיט גרויס שפאנונג אין די יעצטיגע טעג די אנטוויקלונגען צווישן אמעריקע און איראן, און ווי עס זעט יעצט אויס איז דער שלום-אפמאך אפיציעל דורכגעגאנגען און געווארן באשטעטיגט.
 
לויט די באריכטן אנטהאלט דער אפמאך זעצכן נקודות, צווישן זיי עקאנאמישע רעליף פאר איראן, באגרעניצונגען אויף געוויסע מיליטערישע אקטיוויטעטן, און א פארשטארקטע אינטערנאציאנאלע איבערזיכט. כאטש די פרעזידענטן פון ביידע לענדער פרובירן עס אראפצומאלן פאר זייערע בירגער אלס א היסטארישע דערגרייכונג, זענען דא פילע וואס נעמען עס אויף גאר שווער.
 
טייל זאגן אז אנשטאט איראן זאל זיך בייגן פאר אמעריקע, איז גאר אמעריקע געווען די וואס האט קאפיטולירט. אין די אויגן פון אסאך מענטשן זעט עס אויס ווי איראן איז ארויס דער גרויסער זיגער, בשעת די מעכטיגע אמעריקע בייגט זיך די קאפ און גיבט זיי נאך זאכן וואס זיי האבן די גאנצע צייט זיך געשוואוירן אז זיי וועלן בשום אופן נישט נאכגעבן.
 
אבער בשעת די וועלט איז פארנומען מיט איראן, לאמיר א קוק טון אויף אן אנדערע זייט פון די וועלט, וואו דארט האט אויך עפעס גרויס פאסירט. און דער צד השוה פון די ביידע פאסירונגען איז, אז זיי דערמאנען אונז אז מען טאר זיך קיינמאל נישט אונטערשאצן.
 
מאסקווע האט נעכטן געליטן איינע פון די שווערסטע אוקראינישע אטאקעס זינט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן. הונדערטער דראונס האבן דורכגעבראכן די רוסישע פארטיידיגונגס-סיסטעמען, אנמאכנדיג גאר גרויסע שאדנס אין וויכטיגע מיליטערישע און אינפראסטרוקטור פלעצער, וואס דאס האט אפגעשטעלט דעם לופט-פארקער אין אלע פיר מאסקעווע עירפארטס פאר שעה'ן לאנג, און דער רויך האט ממש פארדעקט די שיין פון די זון אין א גרויסן טייל פון רוסלאנד'ס הויפט שטאט.
 
אט די אלע זאכן דערמאנען אונז אז נישט אלעמאל איז דער וואס פארמאגט גרויסע מוסקלען, איז באמת שטארקער.
 
נעמט איראן צום ביישפיל, וואס איז לכל הדיעות דער שוואכער קעגן אמעריקע, אבער דאך האבן זיי באוויזן ארויסצוקומען מיט גאר באדייטנדע געווינסן. דאס זעלבע זעט מען ביי אוקריינא, וואס שלאגט זיך שוין יארן קעגן א וועלט'ס מאכט - דעם רוסישן בער - און דאס לערנט אונז א לימוד וואס מיר קענען ניצן יעדן טאג.
 
אין די סדרה, פון פרשת קרח, ברענגען חז"ל ארויס אז איינע פון די הויפט עבירות ביי חטא המרגלים איז געווען דאס וואס זיי האבן געזאגט: "וכן היינו בעיניהם". די מרגלים האבן געזאגט אז זיי פילן זיך ווי קליינע היישעריקן. אמת, זיי האבן קלאר געהערט די ריזן זאגן "קוקט נאר, עס קריכן דא ארום קליינע מורישקעס אין די וויינגערטנער", אבער וואס גייט עס דיר אן? פארוואס דארפסטו זיך אליין אויך אנקוקן אזוי?
 
דא ליגט דער גאנצער יסוד: פארוואס קוקסטו בכלל וואס אנדערע טראכטן אויף דיר? וואס פעלט עס דיר אויס? דער יצר הרע וויל דו זאלסט אנהייבן גלייבן דאס וואס ער וויל. ער וויל זאלסט זיך אנקוקן ווי א מורישקע.
 
אבער ווען א מענטש שטארקט זיך מיט תפילה און התבודדות, ער רעדט צום אויבערשטן אויף זיין פשוטע שפראך, הייבט ער אן צו גלייבן אין זיך אליין, ער באקומט אמונה אין אויבערשטן, און אויך אין זיך אליינס. און ער הערט אויף מורא צו האבן פון מענטשן, ער דערשרעקט זיך מער נישט פון קיין שום מניעות, אפילו נישט פון די גרעסטע "ריזן". ער געדעקנט אז קיינער קען מיר נישט קיין שלעכטס טון, און קיינער קען נישט אפהאלטן מיין הצלחה, אויב דער אויבערשטער וויל אזוי.

 
לאמיר זיך נישט אונטערשאצן. אפילו ווען די פראבלעם זעט אויס פיל גרעסער, שטערקער און מער שרעקעדיגער ווי אונז. אויב דו וועסט גלייבן אין דיינע כוחות און זיך פארלאזן נאר אויפ'ן אויבערשטן, וועסטו דערגרייכן פיל ווייטער ווי דו האסט דיך נאר אמאל פארגעשטעלט.