שאלה: אינעם זמר "איש חסיד היה" ווערט פארציילט איבער א בנין וואס איז אויפגעבויעט געווארן איבערנאכט, וואו געפינט זיך דער בנין?
 
ענטפער: מיר זענען גליקליך און פרייליך אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק און מעודד מיר זאלן זיין פשוט'ע אידן, דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר אידישקייט איז פשוטת יהודות אזוי ווי זינגען זמירות.
 
אינעם זמר איש חסיד היה ווערט פארציילט אן אינטערעסאנטע געשיכט פון אן ערליכער איד וואס האט נישט געהאט קיין געלט צו קויפן עסן און קליידונג פאר זיין ווייב און פינף קינדער, זיין ווייב האט אים געזאגט אז מען קען שוין ווייטער נישט אנגיין, עס איז שוין נישטא קיין ברויט צו עסן, ער האט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, און ער האט זיך געשטארקט מיט אמונה און בטחון. ער האט אבער געפרעגט זיין ווייב "וויאזוי קען איך זיך ארויסלאזן אויפן וועג, איך האב נישט קיין שום לייטיש בגד אנצוטון, און מיר האבן נישט אפילו א פרוטה צו די האנט"? די פרוי איז שנעל אריבער צו די שכנים און אים געבארגט שיינע פאסיגע קליידער, און איז ארויס זיך פארלאזענדיג אויפן אויבערשטן וואס האט אונז ליב. דערווייל האבן די קינדער אינדערהיים אויך מתפלל געווען צום אויבערשטן "באשעפער פארלאזן נישט אונזער פאטער, פארשעם אים נישט".
 
דער איד איז ארויס אויפן גאס מיט א שטארקע האפענונג צום אויבערשטן, און אט זעט ער אליהו הנביא קומט אים אנטקעגן, אליהו הנביא זאגט אים "דער אויבערשטער האט צוגעהערט דיינע תפלות, און דו גייסט היינט נתעשר ווערן, רוף אויס אין גאס אז איך בין דיין קענכט, און שריי אויס ווער וויל קויפן א קנעכט וואס איז נישטא זיינס גלייכן". דער חסיד האט געטראכט צו זיך "וויאזוי קען מען אויסדרייען די יוצרות, א קנעכט זאל פארקויפן זיין האר"? אבער אליהו האט זיך געמאכט ווי גלייך ער איז דעם חסיד'ס קנעכט. א ביזנעסמאן איז דורכגעגאנגען און דער "קנעכט" איז אים געפאלן, און האט אים געקויפט פאר אכט הונדערט טויזענט גאלדענע רענדלעך.
 
דער סוחר פרעגט אליהו, "וואס קענסטו? וואס זענען דיינע טאלאנטן? ביסט א קאנטראקטער? קענסט בויען פאלאצן? אויב קענסטו מיר ענדיגן מיין פאלאץ ביסטו באפרייט"!
 
נאכן ערשטן טאג ארבעט, האט אליהו הנביא געבעטן דעם אויבערשטן ביינאכט ביי חצות "רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך האב מיר פארקויפט פאר א קנעכט נאר פאר דיין כבוד, און נישט פאר מיינעטוועגן, באשעפער ענדיג דו דעם בנין". דער אויבערשטער האט צוגעהערט די תפלה פון אליהו הנביא, און דער אויבערשטער האט געשיקט מלאכים פון הימל, און ביז אינדערפרי איז דער גאנצער פאלאץ געווען פארטיג.
 
דער סוחר איז געווען זייער פרייליך צו זען אז זיין פאלאץ איז אזוי שנעל און גוט פארטיג געווארן. און אליהו הנביא האט געזאגט פארן סוחר, "געדענקסט וואס דו האסט מיר נעכטן געזאגט? דארפסט מיר באפרייען, אזוי האבן מיר אפגעמאכט". דער סוחר האט צוגעשטימט, און אליהו הנביא דער "איש האמת" איז אוועקגעפלויגן.
 
עס זענען דא וואס זאגן אז דער בנין געפונט זיך אין פיזא, איטאליע, דער באקאנטער "שיפער טורעם", אנדערע זאגן אז דאס קען נישט זיין ווייל דאס איז א שמייליגער קריסטליכער בנין. עס זענען דא וואס זאגן נאך פון צדיקים אז דער געביידע איז אין "פאדאווע" איטאליע, מיר האבן געמאכט א גאר גרונטליך אויספארשונג און דערגאנגען מיט א זיכערקייט וואו דער בנין געפונט זיך.
 
לאמיר אריינקוקן אין די ווערטער פונעם זמר, און זען וואו דאס וועט אונז פירן. דער איד לערנט תורה מיט גרויס הצלחה, ער פארלאזט זיך אויפן אויבערשטן, ער רעדט שיין צו זיין ווייב, ער האט אמונת צדיקים, ער בעט דעם אויבערשטן ער טענה'ט זיך מיט'ן אויבערשטן, און אזוי איז דער בנין געבויעט געווארן, אזוי האט ער מצליח געווען און געטראפן זיין ישועה. אויב אזוי ווייסן מיר שוין וואו דאס געפינט זיך. דער בנין געפונט זיך ביי דיר, אין דיין שאנק ליגט א חומש? לאז עס נישט זאמלען שטויב, דארט ליגט דער בנין. האסט א מויל, עפן עס אויף, בעט דעם אויבערשטן אז זאלסט קענען זאגן א ווארט צו אים. און אזוי ווייטער, זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן, אמונת חכמים, דארט ליגט דער בנין, דארט ליגט אונזער עשירות בזה ובבא.