געפונען געווארן ליקוטי הלכות וואס האט געהערט צו הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע
יד אלול תשפ"ג 📝
קוים האבן מיר געברענגט א באריכט פון א היסטארישע כתב יד וואס ווערט ליציטירט, דורך די עתיקים ליציטאציע פירמע וואס ליציטירט אין די יעצטיגע טעג א בלעטל פון הייליגן ספר ויואל משה געשריבן געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע אליינס, ווי ער ברענגט אראפ און שרייבט גרויסע זאכן איבערן הייליגן רבין.
שוין קומט אריין א פרישע באריכט, דאס מאל פונעם "גנזים" פירמע וואס וועט ליציטירן אין די טעג א באנד פון הייליגן ספר ליקוטי הלכות חלק אבן העזר און חושן משפט וואס האט געהערט צו הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע, וואס איז געווען דער רבי פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.
דער הייליגער ספר ליקוטי הלכות האט דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן רבי נתן אליינס געשריבן, נאכדעם וואס דער הייליגער רבי האט אים געבעטן צו שרייבן חידושים אויפן סדר פון שלחן ערוך. דער ספר איז איין שטיק התחזקות און עצות אין עבודת השם, און ווי באקאנט האט מוהרא"ש געלערנט דעם ספר ליקוטי הלכות האט מוהרא"ש געלערענט אומצאליגע מאל, און זענען געווארן ווי א שטיק פון אים, און ווי מען קען זען פון די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, זענען בדרך כלל גאנצע שטיקער ליקוטי הלכות, ארויסגעקליבן די בעסטע חיזוק שטיקלעך.
אזוי אויך ווערט דארט ליציטירט א "תיקון הכללי" פון ערשטן דרוק, ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי נתן אויפגעשטעלט מיט מסירת נפש א דרוק ביי זיך אינדערהיים, כדי צו קענען דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, און דארט האט מען אויך געדרוקט דעם תיקון הכללי צום ערשטן מאל.
דער תיקון הכללי האט דער הייליגער רבי געשטעלט עדות אז דאס איז א תיקון אויף עבירות רח"ל, מ'זאל גיין אין מקוה, געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ. אויך האט דער רבי געזאגט איז עס א סגולה לרופאה און פרנסה.
ליקוטי הלכות פון הרה"ק ר' צבי הירש מליסקא זי"ע
תיקון הכללי דפוס ראשון בבית מוהרנ"ת זי"ע