געפועלט אלעס גוטס: דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון געהויבענע נסיעה אין פוילן
כז ניסן תשפ"ג 📝
מיט אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר דא איבערגעבן א קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל פונעם געהויבענעם נסיעה, און מיט אייבערשטנ'ס הילף האפט מען נאך צו געבן אין א שפעטערדיגע געלענגעהייט א שיינע לענגערע באריכט.
דער ציבור בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט פון ניו יארק צום קורצן אבער אינהאלטספולן נסיעה, דער ראש ישיבה פאר זיך האט מיטגענומען בלויז א שאפינג בעג און גארנישט מער פארן נסיעה. מיטן ראש ישיבה שליט"א זענען מיט געקומען איבער פופציג אנשי שלומינו וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך משתתף צו זיין, נאכדעם וואס זיי האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעברענגט פאר די הייליגע מוסדות גאר שיינע סכומים פארגאנגענעם יאר ביים קאמפיין.
נאך עטליכע שעה פליען ווען עס איז געווארן ליכטיג האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית מיט מנין אויפן פליגער און מאנטאג אינדערפרי ווען מען האט געלאנדעט אין ריישא האט מען גענומען א באס וואס האט געטראגן דעם עולם גלייך צום שטאט ליזענסק, ווי עס איז חלקת מחוקק ספון פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע. אין ליזענסק איז מען תיכף געגאנגען אין מקוה, און דערנאך האט מען געגעסן א געשמאקן פרישטאג, וואס - איז אזוי ווי אלע אנדערע געברויכן פון די נסיעה - צוגעשטעלט געווארן בהרחבה דורכן טראוועל מומחה ר' אלי קנאל הי"ו פון פלען איט רייט. דערנאך האט מען זיך אויסגעבעטן ביים ציון ווי מען האט געוויילט מער פון א האלבע שעה.
ביי אלע ציונים פון די הייליגע צדיקים האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט אין באס איידער מען איז אנגעקומען איבער די גרויסקייט פון די צדיקים און מאמרים און מעשיות וואס מען קען נעמען דערפון חיזוק און עצות אויף למעשה וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן.
דערנאך איז מען געפארן מתפלל זיין ביי די הייליגע קברי צדיקים אין שינאווע, לאנצוט, דינוב, רימינוב און צאנז. שפעט ביינאכט איז מען אנגעקומען קיין קראקא ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע עלעגאנטע נאכטמאל מיט א געשמאקע פראגראם צוגעשטעלט דורך מו"ה ארי פיש הי"ו פונעם "אנשי חיל" קאמפיין.
פון דארט איז מען צוגעפארן צום באקוועמען האטעל אינעם אידישן קווארטל אין קראקא ווי מען האט זיך געלייגט שלאפן פאר עטליכע שעה.
אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אינעם רמ"א שול און דערנאך איז מען געגאנגע פוקד זיין די ציונים פון די הייליגע צדיקים אין קראקא ווי דער ב"ח, תוספות יום טוב, און נאך אסאך.
דערנאך האט מען גענומען א באס צום ציון פון הייליגן תפארת שלמה אין ראדאמסק ווי מען האט געהאט א מקוה און געדאווענט שחרית, פרישטאג און נאכדעם האט מען זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון אין ראדאמסק.
פון דא איז מען געפארן צום לופטפעלד אין ווארשא אנגעפילט מיט זעק און פעק פון ישועות. יעצט דינסטאג נאכמיטאג ביים שרייבן די שורות געפונט זיך די גאנצע חבריא אין די לופטן העכערן אטלאנטיק אקעאן, אינעם פלייט וואס ווערט ערווארטעט צו לאנדן היינט נאכט אין ניו יארק.