געציילטע צומערן נאך געבליבן ביים שבת התוועדות - סיום הש"ס
טז חשון תשפ 📝
אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן "שבת התוועדות - סיום הש"ס", דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ויגש הבעל"ט, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
ביי יעדן אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש ז"ל פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס און גלייכצייטיג דורכגיין כל התורה כולה.
פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש האט געזאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכ'ן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, וועלן זיי יעצט זוכה זיין זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה.
צו דעם גרויסן געלעגנהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, וואו אלע תלמידי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכער פראגראם. די אלע וואס האבן שוין מיטגעהאלטן אמאל א שבת התוועדות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווייסן די געשמאק דערפון; אזא הערליכע שבת איז ממש מעין עולם הבא.
געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן ווערט געבעטן צו רעזעווירן א צימער ווי שנעלער, ביי די חשובע אינגעלייט וואס געבן זיך אפ מיט די הכנות צו דעם געהויבענעם שבת, וכל הקודם זכה.
בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341
וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197
מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095
קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044
השבת נועם הנשמות!