געקלאוזט אויף א בנין פאר די ישיבה קטנה אין וויליעדזש אף ליבערטי
ח חשון תשפ"ד 📝
היינט קומט אריין די פרייליכע בשורה אז די הנהלה האט היינט געשלאסן דעם מקח צו קויפן א בנין אין ווילעדזש אויף ליבערטי אויף לינקאלן פלעיס ממש נעבן די עקזעסטירנדע בנין פון די תלמוד תורה וואס וועט דינען אלץ די אכסניה של תורה פאר די טייערע בחורים פון די נייע ישיבה קטנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט אין שטעטל.
די הנהלה האט שוין געלייגט אן אויג דערויף א לאנגע צייט און די פארהאנדלונגען גייען שוין אן פאר עטליכע חדשים וואס האט זיך ב"ה געענדיגט מיטן אונטערשרייבן דעם געשעפט און דער בנין גייט אריין אונטערן בעלות פון די ישיבה.
דער בנין דארף דורכגיין מילדע קאנסטראקשען כדי מען זאל עס קענען נוצן פאר א ישיבה, און מען האפט אז די ארבעט וועט נישט נעמען מער פון צוויי וואכן. מען וועט דארט בעז"ה אריינלייגן שיעור צימערן, א בית המדרש, אן עס זאל און אזוי ווייטער וואס עס פעלט אויס. א קאך פעלט נישט אויס צוליב וואס עס איז ממש נעבן די תלמוד תורה, און דאס עסן וועט מען נעמען פון די חדר קאך.
די ישיבה גייט שוין ב"ה אן אין א צייטווייליגע לאקאציע מיט גרויס הצלחה, די בחורים לערנען מיט גרויס התמדה, און פירן זיך אויף מיט דרך ארץ און יראת שמים, און אויסער די פילע שיעורי הישיבה לערנען די תלמידים משניות גמרא און נאך פילע לימודים אויף זייער אייגענע צייט אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אויסגעלערענט.
דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אפ מיט די תלמידים מיט גרויס געטריישאפט, ער באגלייט און פרעגט זיך נאך אויף יעדן תלמיד און העלפט זיי שטייגן בתורה ויראת שמים. די מגידי שיעור גרייטן אן די בחורים פארן לעבן, און אויסער די שיעורי הישיבה איז דא א געוואלדיגע דגוש אויף מדות טובות און דרך ארץ וואס איז קדמה לתורה.