שאלה:
 
לכבוד ר' גרשון קרעמער, איך האב מורא'דיג הנאה פון אייערע שיינע ארטיקלען. איך האב געוואלט פרעגן א שאלה: ווער איז געווען דאס מיידל פון די אמאליגע צייטן וואס האט געהייסן העלען קעלער? איך ווייס אז זי איז געווען בלינד און טויב, זי האט נישט געקענט זען און נישט הערן. איך האב געהערט אז זי איז שפעטער געווארן א באקאנטע רעדנערין און א שרייבערין. איך פרוביר צו פארשטיין: וויאזוי קען מען קאמיוניקעיטן מיט איינעם וואס קען נישט הערן און נישט זען, אז זי זאל קענען פארשטיין?
 
ז. דרעזנער
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
דיין שאלה איז א געוואלדיגע שאלה. אבער אזוי ווי דער כלל גייט "שאלת חכם חצי תשובה", איז דער תירוץ - אדער בעסער געזאגט דער מוסר השכל פונעם תירוץ - נאך פיל בעסער. די לעבנס געשיכטע פון העלען קעלער איז א מעשה וואס ברענגט ארויס גאר שטארק דעם כוח הרצון. דער רבי פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דער עיקר איז דער רצון, און דאס קען אונז קיינער נישט צונעמען. "אין דבר העומד בפני הרצון", האט רבי נתן געזאגט; דאס מיינט סיי אז אויב מען האט א רצון וועט מען מיט סיעתא דשמיא און אסאך תפילות אנקומען דערצו, און אפילו ווען דער אויבערשטער פירט אנדערש, וועלן מיר בלייבן מיט אונזער "וועלן". דאס איז אויך פשט אין "אין דבר העומד בפני הרצון", אז קיינער קען אונז נישט שטערן פון וועלן.
 
לאמיר צוריקגיין צו די באקאנטע געשיכטע פון די לעגענדארע העלען קעלער. מיט בערך הונדערט-פופציג יאר צוריק (ארום שנת תר"מ) איז געבוירן געווארן א געזונט קינד וואס מ'האט א נאמען געגעבן העלען קעלער. אבער ווען זי איז אלט געווען בערך אנדערהאלבן יאר, האט זי זיך ליידער אנגעשטעקט מיט א מחלה וואס האט איר איבערגעלאזט גענצליך בלינד און טויב ל"ע. זי האט פארלוירן יעדע נארמאלע מעגליכקייט זיך צו פארשטענדיגן מיט די ארומיגע, און זי איז נעבעך געבליבן לעבן אין א טונקעלע און שטילע וועלט.
 
דער אויבערשטער האט אבער געוואלט אז זי זאל ארויסגיין פון איר פינסטערניש, האט ער צוגעשיקט א ספעציעלע טיטשער וואס האט אויסגעפונען א מהלך וויאזוי זיך צו פארבינדן מיט איר. די לערערין האט געכאפט אז דאס קינד קען פילן ווען מ'רירט איר אן, און מ'קען דאס אויסניצן צו קאמוניקירן מיט איר.
 
אבער וויאזוי קען מען זיך קאמוניקירן מיט איינעם וואס מ'קען איר אפילו נישט מסביר זיין וואס מ'וויל? די טיטשער האט גענומען העלען'ס האנט און "געשריבן" (נישט ממש געשריבן, נאר געטאפט אויף איר האנט אזויווי מען שרייבט) די ספעציעלע שפראך פון אותיות פאר בלינדע.
 
דאס קינד האט אנהייב בכלל נישט געכאפט וואס מ'וויל פון איר, און זי האט עס קודם אנגעקוקט ווי סתם א שפיל. די לערערין האט אבער נישט אויפגעגעבן און ווייטער ממשיך געווען צו "שפילן" מיט איר, דאס אויסקריצן די אותיות. ביז איין שיינעם טאג האט עס פאסירט: די לערערין האט אונטערגעשטעלט דעם קינד'ס האנט אונטער א קראן פון קאלטע וואסער, און שנעל אויסגעקריצט אויף איר צווייטע האנט די אותיות "וואסער" (W-A-T-E-R). מיט סייעתא דשמיא האט זי פלוצלונג געכאפט דעם געדאנק! זי האט ענדליך פארשטאנען אז די באוועגונגען אויף איר האנט באדייטן די פליסיגע זאך וואס פליסט יעצט אויף איר רעכטע האנט.
 
דא האט זיך פאר איר געעפנט א גאנצע נייע וועלט. העלען פלעגט "פרעגן" אויף יעדן חפץ וואס זי האט נאר באגעגנט וואס דאס איז (זי פלעגט ווייזן מיט איר האנט אז מ'זאל איר אויסספעלן די אותיות). מיט די צייט האט זי זיך אויסגעלערנט צו ליינען "ברעיל" (דאס זענען אותיות וואס זענען אריינגעקריצט אינעם פאפיר, וואס מ'קען שפירן מיט די פינגער), און זי האט זיך אפילו אויסגעלערנט צו רעדן דורך לייגן אירע פינגער אויף די ליפן און אויפן האלדז פון איר לערערין; אזוי האט זי געכאפט דעם קאנצעפט פון רעדן דורך שפירן די ציטערנישן וואס קומען ארויס פונעם קול.
 
מיט די צייט איז זי טאקע באקאנט געווארן אלס א גרויסע שרייבערין און האט ארויסגעגעבן א רייע ביכער.
 
מ'קען זיך אסאך ארויסלערנען פון די מעשה, איינס דערפון איז די שטארקע כח הרצון, און אויך זיך לערנען נישט נאכצולאזן און קיינמאל נישט אויפצוגעבן. עס גייט נישט? ווער נישט דערשראקן, נאר גיי ווייטער מיט דיינע כוחות! דער באשעפער פירט דאך די וועלט, און ווען די ריכטיגע צייט וועט קומען, וועט זיך די גאנצע ארבעט אויסצאלן און דיין ליכט וועט אויפשיינען.
 
אין דבר העומד בפני הרצון.