אשרינו מה טוב חלקינו אז דער אויבערשטער האט אונז איבערגעלאזט צדיקים וואס זאלן אונז באלייכטן אינעם גלות, בפרט דאנקען מיר דעם אויבערשטן אויף חסד אז ער האט אראפ געשיקט די נשמה פון הייליגן רבי'ן וואס האט כל ימיו עוסק געווען אין העלפן אידישע קינדער זיי געבן א דרך אין עבודת השם, און וועג זיך צו קענען דראפען און זיך דערהאלטן ביים אויבערשטן.
 
אויך אינעם היינטיגן דור האט דער אויבערשטער אונז איבערגעלאזט צדיקים. מוהרא"ש זי"ע האט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען אז אויך מיר זאלן וויסן פון הייליגן רבין און קענען זוכה זיין צו די אלע גוטע עצות וואס דער רבי געבט אונז.
 
ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפענט די ישיבה תפארת התורה, זענען די תלמידי הישיבה מיטגעקומען מיט'ן ראש ישיבה קיין אומאן, מוהרא"ש זי"ע האט אבער געזאגט פאר ראש ישיבה אז ער זאל זען צו שאפן א פלאץ ווי די תלמידים זאלן קענען זיין אינאיינעם, וואס אזוי איז עס אסאך מער אפגעהיטן.
 
צוערשט ווען עס איז נאך געווען א קליינע עולם האט דער ראש ישיבה געדינען עטליכע צימערן, אינעם רעש פון פושקינא, שפעטער ווען מער און מער בחורים האבן חתונה געהאט, און מען איז שוין געקומען מיט קינדער, האט מען געזען אז מען דארף אביסל ארויסגיין, האט מען געדינגען א פלאץ אביסל מער ארויס. אבער נאך קוים עטליכע יאר האט מען געזען אז מען קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. דער ציבור וואקסט קע"ה, און מען האט שוין נישט געקענט אריינשטופן קיין נאדל.
 
דאן האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז צייט צו בויען אן אייגענע בנין, מען האט געפלאנט צו בויען א פיר שטאקיגע בנין, די אונטערשטע שטאק די קאך, לאנטש רום און מקוה, די שטאק העכער דעם דער בית המדרש, און נאך צוויי שטאקן שלאף צימערן, וואס לויט די דעמאלטסטיגע ציבור פון זיבן יאר צוריק האבן מענטשן זיך געוואונדערט פארוואס בויעט אזוי גרויס. עס האט אויסגעזען שטארק איבערגעטריבן, אבער אויפן הוראה פונעם ראש ישיבה האט מען אזוי געבויעט.
 
עס האט נישט גענומען לאנג צו זען אז מען האט שטארק אונטערגעשאצט. נאך אינמיטן בויען האט מען געמוזט טוישן פלענער און מען האט באשלאסן צו בויען דריי שטאק שלאף צימערן, און און די קומענדיגע יאר האט מען שוין געמוזט צולייגן א פערטע שטאק.
 
פאריאר איז שוין דער געדרענג געווען אזוי שטארק און מען האט געזען אז מען קען שוין מער נישט ווייטער אנגיין אזוי. די לאנטש רום איז שוין געווען שרעקליך קליין און עס איז שוין נישט מעגליך געווען צו עסן די סעודות דארט, און בלית ברירה איז מען געווען געצווינגען צו פארוואנדלען דעם בית המדרש נאכן דאווענען פאר אַן עס צימער. אבער אפילו דער גרויסער היכל הבית המדרש איז אויך געווען צר מהכיל פון ארייננעמען דעם ציבור מתפללים, ווייל אויסער די הונדערטער אנשי שלומינו וואס זענען איינגעשטאנען אין דעם בנין, זענען צוגעקומען נאך הונדערטער אידן פון איבער גאנץ אומאן וואס האבן געוואלט מיט דאווענען מיטן ראש ישיבה.
 
שוין צוויי יאר צוריק האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די הנהלה אז מען מוז עפעס טון דערוועגן, מען האט טאקע געזוכט אויף עטליכע פלעצער איינס איז געווען צו ווייט, און אן אנדערע איז געווען צו קליין, אבער ברוך השם יעצט האט מען געטראפן און געקלאוזט אויף א גיגאנטישע פראפערטי זייער נאנט צום עקזיסטירנדע בנין, ווי מען גרייט יעצט צו די פלענער צו בויען דארט א גרויסע בית המדרש לתורה ולתפלה.
 
מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אפדעיטס, ווי נאר עס וועט זיין.