פרישע נייעס קומט אריין פון די הנהלת הקהילה, א פרישע מקח איז נארוואס געשלאסן געווארן אפצוקויפן א גרויסער בנין פון כמעט 5 טויזענט סקווער פיס.
 
עס רעדט זיך פון א שיינער בנין אויף די "טווין ברידזש" גאס, וואס וועט זיין צום באנוץ פאר פארשידענע באדערפענישן פון די קהילה, צום ביישפיל דער אלעמען באקאנטער "באזאר" וואס האט זיך שוין איינגעקויפט גאר א גוטע נאמען אלס א קליידער געשעפט מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, מען טרעפט דארט קליידונג פאר ממש קליינגעלט, און מיט דעם האט מען שוין געשפארט גאר גרויסע געלטער פון אלע משפחות אנשי שלומינו.
 
ביז יעצט איז די באזאר געווען איינקוואטירט אין שטוב פון מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו, אבער אזוי ווי עס ווערט ב"ה גרעסער דער שטעטל, און צוזאמען מיט דעם וואקסט דער באזאר, דארף מען האבן פאר דעם מער פלאץ צו קענען בעסער איינקויפן און האבן גענוג פלאץ אויסצושטעלן אלע סארטן קליידער פון אלע סייזעס, דערפאר האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו באשטימען דעם בנין פאר די באזאר.
 
ווי אויך וועט דארט פלאצירט ווערן א "קאמפיוטער קיאסק", וואס אין די קורצע צייט וואס דער שטעטל שטייט שוין האט שוין דער קיאסק ארומגעוואנדערט פילע מאל פון איין פלאץ צום צווייטן, און האט זיך נאך דערווייל נישט געקענט מסדר זיין אויף א וועג עס זאל זיין באקוועם און געשמאק פאר אנשי שלומינו צו קומען איינקויפן מיט די ווייב אויף א רואיגע און געשמאקע אופן.
 
ווי געזאגט וועט א חלק פונעם בנין געווידמעט ווערן פארן קיאסק, מען וועט אהערשטעלן דאס פלאץ גאר שיין און פראקטיש, דער ראש ישיבה שטעלט דאס אהער מיטן ציל אז מען זאל זיך קענען אן עצה געבן אויך אן די פארשידענע מכשירים וואס זענען מחובר צו אינטערנעט, ווי סמארטפאונס טעבלעטס אייפעדס וכדומה, נאר מען זאל קענען האלטן די שטוב ריין און האבן א פלאץ ווי מען קען איינקויפן אנליין און באקומען אימעיל אויף א כשר'ע וועג.
 
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה