געשלאסן מקח ב"ה אויף נייע ברסלב קאנטרי "אילן החיים"
ל סיון תשפ"ב 📝
גאר גוטע נייעס קומט אריין פאר אנשי שלומינו. פארגאנגענעם וואך האט מען ברוך השם געשלאסן דעם מקח אויף א הערליכן קאנטרי - הארט נעבן דעם ברסלב'ן שטעטל אין ליבערטי, וואס וועט ערמעגליכן משפחות פון אנשי שלומינו וואס וואוינען א גאנץ יאר אין שטאט - ארויסצוקומען אויף די זומער טעג, און צוזאמען פארברענגען מיט משפחות פון אנשי שלומינו און זיך מחזק זיין אינאיינעם פאר די ניין זומער וואכן.
פון ווען עס האט זיך געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" אין וויליאמסבורג אין יאר תשס"ט, איז מען ארויס יעדעס יאר זומער אין קאנטרי, סיי די בחורים און אזוי אויך די משפחות, די ערשטע יאר איז עס געווען אויף א קליינע פארנעם, צוביסלעך איז דאס יעדעס יאר געווארן גרעסער, געוויסע יארן האבן נישט צופיל משפחות געקענט קומען צוליב דעם וואס ס'איז פשוט נישט געווען גענוג דירות, אבער אלץ האט מען פרובירט זיך אריינצושטופן דעם קאפ און מיטהאלטן וויפיל עס איז געווען מעגליך, אפילו נאר אויף א שבת.
די לעצטע צוויי יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אן אראפגעשטעלטע פלאץ מיט א בית המדרש, מקוה און אזוי ווייטער, איז דער ראש ישיבה מיט די בחורים געקומען אויף זומער אין שטעטל, און אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטאט האבן פרובירט צו דינגען דירות אין שטעטל וויפיל עס איז געווען מעגליך. אין יעדן לעכל, אין יעדן פלאץ וואס מען קען נאר טראכטן - האט מען דארט פלאצירט א משפחה, וואס האט אבער פאסירט איז, אז נישט יעדער האט געהאט פלאץ, און בלית ברירה האט מען אנגעהויבן גיין אין אנדערע קאנטריס, דאס האט גאר שטארק געשטערט פאר'ן ראש ישיבה, צו זען תלמידים וואס האבן געלערנט אין ישיבה, און דערנאך האט זיי דער ראש ישיבה חתונה געמאכט, און ווען עס קומט זומער זיצט מען ניין וואכן אין א די סביבה וואס איז נישט די בעסטע (מילד גערעדט), און ווי חז"ל זאגן שוין אז א מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך די סביבה; אויב אלע ארום טרונקען זיך אן יעדן שבת, הייבט מען אויך אן טרונקען; אויב די סביבה מאכט ליצנות פון צדיקים, הייבט מען אויך אן צוביסליך טראכטן אזוי.
דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך אריינגעווארפן אין דעם גרויס'ן פראיעקט פון אפקויפן א קאנטרי וואס האט אפגעקאסט די סכום פון כמעט צוויי מיליאן דאלער, אלעס צוליב דעם איינעם צוועק, אז אנשי שלומינו זאלן האבן א ריינעם ווינקל וואס מען וועט רעדן נאר א איידעלע שפראך, מען וועט רעדן פון עצות וואס די צדיקים לערנען אונז און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט קורא שם געווען דעם נייעם קאנטרי "אילן החיים".
עס איז ערווארטעט מיטן אייבערשטענ'ס הילף צו זיין א שיינעם געשמאקן זומער, ווי מען וועט זיך מחזק זיין אינאיינעם צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן.
(קרעדיט: קרית ברסלב בלעטל)
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה