ווי שוין באריכטע א צייט צוריק האט דער ברסלב סענטער שאפ לעצטענס גלאונטשט דער פרישער "עפפ", וואס ווערט שוין באנוצט דורך פילע צופרידענע באנוצער. דער עפפ קען מען דאונלאודן בחנם סיי פון "גוגל פלעי" און סיי ביי עפפל'ס "עפפ סטאר".
 
דער עפפ איז ברוך השם א געוואלדיגע הצלחה, די פילע באנוצער זענען זיך מחיה דערמיט כסדר, ווי מען קען טרעפן אלע ספרים, קונטרסים, סידיס און אזוי ווייטער גאר גרינג און געשמאק. עס האט א זייער פארגעשניטענע "סוירטש ענדזשין", מען קען סארטירן די אייטעמס אויף פילע וועגן.
 
מען ארבעט כסדר אויף נייע גוט פיטשערס פארן עפפ, יעצט איז צוגעקומען א נייע פיטשער אז ווער עס וויל קען זיך איינשרייבן צו באקומען א "נאטיפיקאציע" אויפן טעלעפאן פון יעדע פרישע אייטעם וואס קומט ארויף. אויך שיקט מען כסדר ארויס נייעס אימיעלס ווי די איינגעשריבענע באקומען אלע פרישע אפדעיטס און אייטעמס. 
 
אין גאר גוטע נייעס, גייט מען בקרוב קענען אויפן אויפן ברסלב סענטער וועבסייט און אויפן עפפ א גאנצע אויסוואל פון דזשודעיקע אייטעמס. בפרט ווארטן שוין פילע צו קענען קויפן "ציצית מיט תכלת" ווי עס איז דער מנהג ביי ברסלב'ע חסידים.
 
צו דאונלאודן דעם עפפ קען מען דרוקן די לינקס דא:
א לינק צום עפפ אויפן "גוגל פלעי" סטאר
דער לינק צו עפל'ס עפפ סטאר.
 
💿 נייע סידי איך בין נישט אליין
 
🛒 צענדליגע נייע אייטעמס פרישע סחורה