א פרישע זומער סעזאן האט זיך אנגעהויבן אין די קעטסקילס, עס זעט זיך שוין אן די פילע געסט וואס קומען פון שטאט וויילן אינעם שאטן פונעם נאטור וואס דער אייבערשטער האט אונז באשאפן אזוי הערליך שיין, כדי הנאה צו האבן דערפון און שפאצירן צווישן די גראז רעדן צום אייבערשטן מיט א געשמאק.
אין שטעטל הערשט א גרויס שמחה מיט דעם וואס דער ראש ישיבה מיט די הישיבה, צוזאמען מיט פילע שטאטישע משפחות זענען ארויס קומען ארויס אויפן זומער. די איינוואוינער פונעם שטעטל זענען זיך מחי' יעדן טאג מיטן געשמאקן שיעור גמרא וואס דער ראש ישיבה שליט"א יעדן טאג אינדערפרי 8:00 אזייגער אינעם וואלד (וואס מען רופט "גן עדן התחתון" - וויבאלד דאס איז טאקע ממש א גן עדן צו זיצן אינטערן בוים און לערנען א בלאט גמרא), און דערנאך הערן פונעם ראש ישיבה די חיזוק און עצות וואס מען נעמט ארויס פונעם בלאט גמרא לויט די לימודים פונעם הייליגן רבי'ן.
אזוי אויך האט זיך אנגעהויבן די זומער סדר ביי די אינגלעך און ביי די מיידלעך, שוין א לאנגע צייט וואס מען גרייט זיך שוין צו זומער, אנצוגרייטן פאר די קינדער זיי זאלן קענען די זומער חדשים ווי עס דארף צו זיין. דאס יאר איז צוגעקומען א פרישע חידוש ווען מ'האט אויפגענומען א ראש מדריכים אנצופירן די קעמפ מיט די חשובע ברסלב'ע אינגלעך, וועלכע האט מיט די הילף פון די מחנכים צוגעגרייט אסאך פרישע געדאנקען וויאזוי מ'וועט נעמען די לימודים פונעם רבי'ן און עס אריינלייגן אין די קינדער בשעת'ן עסן, בשעת'ן שפילן און אזוי ווייטער.
 
אזוי אויך ווירבעלט די שול מיט פילע מנינים, יעדע האלבע שעה במשך די צופרי שעות שטעלט זיך א פרישע מנין, דאס גייט אזוי ביז חצות. דא איז טאקע די פלאץ צו מקבל פנים זיין דעם נייעם שמש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגענומען מו"ה ישראל פוקס הי"ו, וואס ער פירט אן מיט די מנינים, א דאנק אים איז דא יעדע האלב שעה א פרישע מנין, וואס דאס איז א געוואלדיגע אויפטו, אז יעדער אינגערמאן זאל קענען דאווענען מיט מנין, און מיט דעם פאלגן די צדיקים וואס זאגן אונז אז דאס איז פון די יסודות פון אידישקייט.
 
אזוי אויך איז צוגעשטעלט א גרויסע נייע מקוה, וואס דאס ברענגט טהרה אויפן מענטש.
 
אין די טעג ארבעט מען אהערצושטעלן די שמש שטיבל, וואס וועט פארקויפן אלע קלייניגקייטן וואס פעלט זיך אויס.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן די זומער זאל זיין די ריכטיגע הכנה צום נייעם יאר וואס קומט שוין אט אט.