די וועטער מומחים זאגן ברוך ה' אז זיי ערווארט זייער געשמאקע וועטערס אין די קומענדיגע טעג אין אומאן, בעת די שווערע צענדליגע טויזנטער אידן וועלן וויילן אויף ראש השנה תשע"ט הבעל"ט.
די וועטערס ווערן ערווארטעט צו זיין יעדן טאג בייטאג בערך 80 פערנהייט, און ביינאכט בערך 55 פערנהייט, עס ווערט נישט ערווארטעט קיין יומיד וועטערס בעז"ה. אזוי אויך ווערט כמעט נישט ערווארטעט קיינע רעגנס בעזהשי"ת.
פאלגענד איז דער וועטער באריכט פאר יעדן טאג, אנגעהויבן פון מיטוואך נצבים, ביז מיטוואך וילך:
מיטוואך: בייטאג 79, אביסל פארוואלקענט, אנפאנג נאכט אביסל לייכטע רעגן, און עס וועט אראפגיין ביז 58.
דאנערשטאג: אביסל פארוואלקענט, בייטאג 79, ביינאכט 57.
עש"ק: זוניג ארום 80.
ליל שב"ק: קלאר, ארום 55.
שב"ק: זוניג 78.
מוצש"ק: מער ווייניגער קלאר, 54.
זונטאג ערב ר"ה: לייכט פארוואלקענט, 78, ביינאכט ליל א' דר"ה, 54.
מאנטאג, יום א' דר"ה: מערסטענס זוניג 78, ביינאכט ליל ב' דר"ה, 54.
דינסטאג, יום ב' דר"ה: זוניג, 78, ביינאכט מוצאי יו"ט, לייכט פארוואלקענט 55.
 
מיטוואך צום גדלי': אביסל פארוואלקענט, 78. ביינאכט, 54.