דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס, אז מ'דארף נישט נאר בעטן אויף גרויסע זאכן; מען מעג און מען דארף מוטשען דעם אייבערשטן אויף יעדן איינציגן פרט אין לעבן. מ'דארף נישט ווארטן ביז די דאקטוירים געבן שוין חלילה אויף, כדי מען זאל מעגן בעטן פאר א רפואה; פאר יעדע זאך, סיי גרויס און סיי קליין, איז דא דער זעלבער אדרעס. דער באשעפער, דער שומע תפילת כל פה, וויל הערן אלעס וואס מיר האבן צו בעטן.
 
און ווען ברסלב'ער חסידים פארן קיין אומאן, פארן זיי מיט תפילות. ס'זענען זיכער געווען פילע תפילות פון אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן פאר גוטע וועטער, און דאס האט מען טאקע שטארק געזען אין די וועטער-באריכטן.
 
ביז נעכטן האבן די וועטער-פארקעסטס נאך געוויזן גרויסע שאנסן פאר רעגן אויף דאנערשטאג און פרייטאג — פונקט אין די טעג ווען דער עולם קומט אן קיין אומאן און מ'גרייט זיך אויף שבת און יום טוב. היינט אבער האט זיך דער ניגון שטארק געטוישט, און די שאנסן פאר רעגן זענען באדייטנד אראפגעגאנגען.
 
אויב אנשי שלומינו וועלן ווייטער מתפלל זיין צום אייבערשטן, וועט דער באשעפער זיכער העלפן מ'זאל האבן א געשמאקן און געהויבענען יום טוב, און אלעס זאל זיך אויסארבעטן אויפ'ן בעסטן אופן — די פעקלעך, די וועגן, די גרעניצן, די אכסניות, די סעודות יום טוב, און אזוי ווייטער; און מ'זאל פועל'ן א גוט געבעטן יאר.
 
אט האט איר די פרישע וועטער-באריכט פאר די קומענדיגע טעג, לויט ווי עס ווערט איבערגעגעבן דורך עקיו וועטער:
 
מארגן דינסטאג, כ"ו אלול: עס ערווארטעט א טיילווייז זוניגער און אנגענעמער טאג. דורכאויסן טאג וועט די טעמפעראטור ארויפגיין ביז א געשמאקע 76°F (24°C), און ביינאכט וועט עס פאלן צו א קילע 52°F (11°C).
 
מיטוואך, כ"ז אלול: עס וועט ווערן אביסל ווארעמער, מיט מערסטנס זוניגע וועטער איבערן טאג און א הויכע טעמפעראטור פון בערך 81°F. ביינאכט וועט די טעמפעראטור פאלן צו ארום 56°F.
 
דאנערשטאג, כ"ח אלול: עס ווערט פאראויסגעזאגט א זוניגער און ווארעמער טאג, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 83°F (28°C). ביינאכט וועט עס זיין ארום 57°F (14°C). שפעטער נאכמיטאג קען דער הימל ווערן אביסל מער פארוואלקנט.
 
ערב שבת קודש, ערב ראש השנה: עס ווערט ערווארטעט א ווארעמע און מערסטנס פארוואלקנטע וועטער, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 80°F (27°C). ביינאכט וועט די טעמפעראטור אראפגיין צו ארום 54°F (12°C).
 
שבת קודש, יום א' דראש השנה: עס ווערט ערווארטעט אז די פארוואלקנטע און ווארעמע וועטער וועט אנהאלטן, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 80°F (27°C). מוצאי שבת קודש, ליל ב' דראש השנה, וועט די טעמפעראטור זיין ביי ארום 56°F (13°C).
 
זונטאג, יום ב' דראש השנה: מען ערווארטעט נאכאמאל א געמיש פון זון און וואלקענעס, מיט א הויכע טעמפעראטור פון בערך 83°F (28°C) און עס וועט פאלן צו ארום 56°F (13°C) ביינאכט.
 
אין קורצן: עס ווערט ערווארטעט צו זיין געשמאק־ווארעם בייטאג, און געשמאק־קיל ביינאכט, מיט טעמפעראטורן פון ארום 83°F-76°F (28°C-24°C) בייטאג און 52°F-58°F (11°C-14°C) ביינאכט.
 
ס'איז וויכטיג צו באמערקן אז דאס איז בלויז די יעצטיגע פאראויסזאגונג, און מיר נעמען פארשטייט זיך נישט קיין אחריות אויב די וועטער אין מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש. און עס איז שטארק רעקאמענדירט מיטצונעמען רעגן-קליידער און א סוועטער, אויב ס'וועט זיך אויספעלן.
 
אבער דער עיקר — נישט פארגעסן: אין אומאן איז נישטא קיין צייט. מען טרעפט זיך טאקע צוזאם מיט אידן מארבע כנפות ארות אבער מ'איז דארט קוים עטליגע טעג, און ס'לוינט זיך אויסצוניצן יעדע מינוט ארויפצוגיין צום ציון הקדוש, איבערצובעטן דעם אויבערשטן, אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, און אים בעטן אויף אלע ישועות וואס מ'דארף.

 
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און מ'זאל זיך צוריקקערן פון אומאן מיט א גוט געבעטן און א זיס יאר, און געפולעט אלעס גוטס.