געשמאקע "קרעמל" פאדקעסט אויף קול ברסלב

ו אדר תשפ"ה 📝
א נייע פאדקעסט האט זיך געגרינדעט אין די טעג אויפן קול ברסלב האטליין. דער פאדקעסט איז א געלונגענע צוזאם שטעל פון צוויי טאלאנטפולע געשמאקע אינגעלייט מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו דער באליבטער גבאי פון מכון עצתו אמונה, מיט'ן זאפטיגן מלמד שרייבער און רעדנער מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, וואס וועלן ברענגען צום ציבור א אינהאלטספולער שמועס יעדע וואך מיט אן אנדערן גאסט, וואס וועט דורכשמועסן מיט זיי פארשידענע נושאים בענינים העומדים על הפרק.
דער שמועס האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבן, ווען לכבוד דעם ערשטן וואך האבן זיי ארויפגעברענגט דעם גבאי'ן פון ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו, וואס פארציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים וואס ער האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע אין די פריערדיגע יארן, ער פארציילט אביסל פון זיינע בחורישע יארן, וויאזוי און דורך וועם ער איז נתקרב געווארן צום רבי'ן, וויאזוי זיין משפחה האט עס אויפגענומען, זיינע געגועים אנצוקומען אלס פרישער מקורב צום רבי'ן קיין אומאן, און וויאזוי דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ער האט געשאפט טיקעטס, ער רעדט פון זיין שטעלע אלס באס דרייווער, און וואס דאס מיינט פאר אים און פאר די קינדער, ער פארציילט אביסל פון זיינע יארן אין אלגעמיינע ישיבות, און דערנאך אין די ערשטע יארן פון ישיבה תפארת התורה ברסלב, ר' מנשה גיט איבער אביסל די היסטאריע פון די בארא פארקער ברסלב קהלה ווי דער דיין פון קרית ברסלב שליט"א האט געוואוינט פאר עטליכע יאר און געפירט די קהלה, און צום סוף שמועסט ער אויס וויאזוי ער האט זיך דערזען אלס גבאי פונעם בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק, נאכדעם וואס הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א האט זיך געצויגן קיין יבנאל און פארקויפט זיין הויז, און דער ראש ישיבה שליט"א האט אים געבעטן צו נעמען די גבאות און שאפן א פלאץ, ער פארציילט וואס דאס מיינט די אחריות פון א גבאי, און וואס פארא זאכן זענען הילף פאר א גבאי, און צומאל קען זיין איינער מיט גוטע כוונות, אבער אנשטאט העלפן טוט ער פארקערט.
דער ציל פונעם שמועס איז זייער פשוט און קלאר, היינט איז געווארן א שטארקע זאך אין די וועלט "פאדקעסטס", און די בעלי הפאדקעסטס ווערן דעה זאגער מיינונג זאגער, זיי פארשטייען צו חינוך, זיי פארשטייען וואס דאס מיינט אידישקייט, וואס עס איז וויכטיג און וואס איז נאריש, און מענטש עולם גולם זיצט פארגלאצט און הערט אויס זייער תורת לאקשן ווי הלכה למשה מסיני, בשעת רוב פון זיי זענען עמי הארצים מדאורייתא ומדרבנן, ליינען זיך אן און הערן זיך אן פון גוי'אישע פעדאגאגן און פרעדיגער, און די גיפט פון די נידעריגע גאס גייט אריין אומדירעקט אין די צוהערער. גאר אסאך האבן זיך געמאכט א גדר נישט אויסצוהערן קיין האַט ליינס בפרט וויבאלד פילע זאכן וואס ווערן דארט געלופטערט זענען אנגעפיקעוועט מיט לשון הרע, רכילות, ליצנות, און שלעכטע השקפות, אנשטאט דעם רופן זיי אן דעם "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און הערן אויס די פילע שיעורים, אינטערוויוס, און שמועסן וואס ווערן געגעבן דורך אינגעלייט יראי השם, אידן וואס זענען אנגעזאפט מיט "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", און שעפן זיך אן פון די ריינע קוואל.
אסאך אינגעלייט האבן געבעטן פאר נאך קאנטענט. זיי זאגן אז די אלגעמיינע האטליינס זענען אנגעפילט מיט ענטערנעינמעט, און זיי ווילן זייער שטארק האבן ערליכע תוכן דורך אינגעלייט תלמידים פון רבי'ן, דערפאר איז א געוואלדיגע דערגרייכונג דאס וואס די צוויי חשוב'ע אינגעלייט האבן זיך צוזאם געשטעלט און זיך אינטערגענומען דעם נייעם פראיעקט.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן מצליח זיין מיט זייער שיינער נייער אפטיילונג, און עס זאל ארויסקומען דורך זיי אסאך חיזוק, אמונה, תורה און יראת שמים.