געשמאקער און פרייליכער אויספלוג דורך די קינדער פונעם ברסלב'ער "מועדים לשמחה" דעי קעמפ.
ג אלול תשפ"ו 📝
עס קומען אריין שיינע גריסן פונעם "מועדים לשמחה" פראגראם, וואס די קינדער אין תלמוד תורה פון כיתה ב' און ג' האלטן מיט אין די יעצטיגע זומער טעג.
אלע עלטערן דאנקען דעם אייבערשטן וואס האט צוגעשיקט אזעלכע איבערגעגעבענע סטעף, אנגעהויבן פונעם סגן מנהל מו"ה מאטי ראזענבערגער הי"ו, אינאיינעם מיט אלע מדריכים – כל אחד בשמו הטוב יבורך – וואס לייגן אריין גרויסע כוחות מיט א געוואלדיגע קאפ און מח, אז די קינדער זאלן האבן א געשמאקן זומער אינאיינעם מיט'ן אייבערשטן. דער ציל איז אז די קינדער זאלן שטייגן און וואקסן אין אמונה, מידות טובות, און יראת שמים, און לערנען פלייסיג און דאווענען ערליך, צוזאמען מיט גוטע אקטיוויטיס.
איינע פון די פראיעקטן פונעם זומער איז געווען צו פארן אויף א געשמאקע טריפ. דער סגן מנהל האט זיך שטארק אריינגעלייגט צו טרעפן א גוט פלאץ, און ער האט זייער געוואלט נעמען די קינדער צום "רוח החיים פארק" נעבן קרית יואל, וואס געפינט זיך סמוך ונראה צום הייליגן ציון פון סאטמארער רבי'ן זי"ע. ווען מען האט גערופן בוקן, האבן זיי לכתחילה געזאגט אז אלע טעג זענען שוין פארנומען אויפ'ן גאנצן זומער, אבער דא האט מען געזען דעם כח פון תפילה; די קינדער האבן געוואוסט וואס צו טון און האבן געבעטן דעם אויבערשטן מען זאל האבן א גוט פלאץ וואו צו גיין, און דער אייבערשטער האט טאקע געהאלפן. מען האט צוריקגערופן פון "רוח החיים" אז איינער האט געקענסלט, און אויף דאנערשטאג פרשת שופטים וועט מען קענען אהינגיין פארברענגען מיט די קינדער. די קינדער האבן זיך זייער געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די אפענע ישועה דורך תפילה.
דאנערשטאג אינדערפרי, נאכ'ן דאווענען און לערנען מיט א פלייסיגקייט נאך פאר'ן טריפ, זענען די קינדער ארויסגעפארן גענוג פרי כדי אנצוקומען א האלבע שעה איידער דער פארק עפענט זיך, אזוי ארום צו קענען אריינכאפן די זכיה צוגיין צום הייליגן ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וועמענס יארצייט עס איז געווען דעם פארגאנגענעם זונטאג שופטים.
אויפ'ן וועג האבן די קינדער אינאיינעם געזונגען "הלל" מיט גרויס התלהבות. אויך האט מען געפראוועט א סיום פון כיתה ג' אויף פרק ד' מסכת ברכות, און מ'האט איבערגע'חזר'ט דעם גאנצן פרק אויפ'ן באס מיט א געוואלדיגע פלייסיגקייט, ווען אלע קינדער זאגן שיין מיט מיט א גרויסן חשק.
נאך אזא געשמאקע רייזע זענען די קינדער אנגעקומען קיין קרית יואל. אויפ'ן וועג האט מען שוין געזאגט צוויי קאפיטלעך תהלים, וואס זאל זיין אלס זכות פאר'ן הייליגן סאטמארער רבי'ן זי"ע. אנקומענדיג צום ציון הקדוש, זענען די קינדער אריינגעגאנגען מיט א געוואלדיגע דרך ארץ. יעדער באזונדער האט זיך אויסגעבעטן פאר די עלטערן און פאר זיך אליין, בעטנדיג ביים אייבערשטן אלעס גוטס.
פון דארט איז מען געפארן אין א מזל'דיגע שעה אין ריכטונג פון "רוח החיים פארק". די קינדער האבן זייער הנאה געהאט, געטאנצן און געשפרינגען, און זיך געפרייט מיט'ן אייבערשטן.
נאכדעם האבן די קינדער געהאט א ספעציעלע "באנוס טריפ": ממש נעבן דעם פארק איז מען צוגעפארן צום לאקאלן חדר "ויואל משה ד'סאטמאר", וואו רבי פליישמאן פלעגט דינען אלס מלמד. די הנהלת המוסד האט אויפגענומען דעם ברסלב'ן חדר מיט אן אויסערגעווענליכע ווארימקייט.
דא איז טאקע א פאסיגע געלעגנהייט אויסצודריקן א הארציגן יישר כח פאר'ן חשוב'ן און ענערגישן מענעדזשער מו"ה שמעלקא לאנדא הי"ו פאר'ן אזוי שיין אויפנעמען דעם חדר. א באזונדערע דאנק קומט זיך פאר'ן ראש המנהלים מו"ה יקותיאל הערשקאוויטש שליט"א, און ספעציעל א גאר גרויסע יישר כח פאר'ן חשוב'ן אדמיניסטראטאר פונעם מוסד, הרה"ח ר' משה אלי' עסטרייכער הי"ו, פאר זיין הערליכע הכנסת אורחים און שיינע אויפנאמע.
די קינדער זענען דארט געגאנגען שווימען; נאכדעם וואס מ'האט זיך גוט אויסגעשוויצט אין קעמפ רוח החיים, איז עס געווען ספעציעל געשמאק זיך אפצוקילן אינעם שיינעם נייעם סווימינג פול. דערנאך זענען זיי צוריק אהיימגעפארן בשלום, מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער לערנען פלייסיג.
אויך אויפ'ן וועג צוריק האבן די קינדער אויסגעשריגן ביי די אווערפעסעס (בריקן) די הערליכע ווערטער וואס זיי האבן געלערנט אין פרשת ויצא: "אכן - ס'איז טאקע אמת, יש ה' - דער אייבערשטער איז דא, במקום הזה - אין דעם פלאץ, ואנכי - און איך, לא ידעתי - איך האב נישט געוואוסט; אבער יעצט ווייס איך שוין יא קלאר אז דער אייבערשטער איז דא און ער געפינט זיך איבעראל."
ס'איז געווען זייער פרייליך און געשמאק צו זען ווי די קינדער חזר'ן איבער די הייליגע אמונה. זיי האבן קוים געקענט ווארטן אנצוקומען צו א פרישע אווערפעס אויסצושרייען די ווערטער, און האבן כסדר איבערגעחזר'ט די אמונה אז דער אייבערשטער איז דא.
מען האט אויך געזונגען שיינע ניגונים פון אמונה, און ס'איז געווען זייער א פרייליכע אטמאספערע. א גרויסן יישר כח פאר'ן אייבערשטן אז מ'איז געפארן און צוריקגעקומען געזונטערהייט.