געשעפטס לייט קוקן ארויס אויף א סוקסעספולע בלעק פריידעי
א כסלו תשפ"ד 📝
דער "שווארצער פרייטאג" איז א טאג וואס ווערט באצייכענט אין די וועלט דער טאג נאכן "טענקסגיווינג" (אגב, דער נאמען טענקסגיווינג מיינט "זאגן א ישר כח פארן אויבערשטן") חגא און ווערט אויסגענוצט דורכן געשעפטן און פירמעס ארויסצולייגן אומגלויבליכע דיעלס, וואס ציעט צו מיליאנען מענטשן צו עפענען זייערע בערזלעך און איינקויפן מכל הבא ליד. דער איינפיר האט ווי יעדע זאך אויף דער וועלט מעלות און חסרונות, מיר וועלן דא אין דעם באריכט כאפן א שטיקל שפאציר אין דעם פענאמענעם וואס הייסט "בלעק פריידעי" און וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון למעשה בגשמיות און ברוחניות.
אין די לעצטע יארן זינט "אנליין שאפינג" איז געווארן א פאפולערע אפציע, אזש אז מער מענטשן קויפן היינט צו טאגס איין זייערע געברויכן אין ווירטואלע געשעפטן ווי אין די ציגלנע סטארס, האט די מארקעט צוגעלייגט א טאג וואס מען רופט "סייבער מאנדעי" וואס אין די מאנטאג נאכן שווארצן פרייטאג לייגט מען ארויס בליטשקעדיגע און ציענדע ספעשלס אנליין וואס זאל כאפן די אנליין שאפערס אינעם שפענדינג משוגעת, און אזוי ארום זיך אנפילן די טאשן.
עס איז וואר אז אין די טעג קען מען אריינאכפן אומלאגישע מציאות וואס מען טרעפט נישט א גאנץ יאר, אבער פון די אנדערע זייט פאלן מיליאנען אריין אין די נעץ פון ווערן אנגערייצט צו קויפן זאכן וואס זיי דארפן נישט און אויסגעבן מער געלט פון וויפיל זיי קענען זיך ערלויבן. און אפילו די וואס גרייטן זיך שוין צו די ספעשלס א גאנץ יאר ווען זיי שרייבן אראפ יעדע זאך וואס זיי דארפן טאקע קויפן מיט די פרייז פון א גאנץ און ווארטן פשוט אויס אויף בלעק פריידעי צו זען צי זיי באקומען טאקע עפעס א מציאה, טרעפן זיך אפטמאל שטיין אין לאנגע ליניעס און ווערן פארכאפט אין געפאקטע געשעפטן אויף לאנגע שעות.
עס זענען שוין באריכטעט געווארן עטליכע פעלער אין אמעריקע ווי מענטשן זענען געשעדיגט געווארן פון געשלעגן פון קאנסומערס וואס האבן זיך געשלאגן איבער שפילצייג וואס יעדער האט געוואלט כאפן, און עס האט שוין אפילו פאסירט א טויטפאל ווען אן ארבייטער אין א וואלט מארט געשעפט אין לאנג איילאנד האט געעפענט דאס געשעפט אין יאר 2008 און די ריזיגע מאסן וואס האבן געווארט ביים טיר אריינצוגיין האבן אים פשוט צודריקט צום טויט ר"ל אונטער די טיר.
כאטש די געשעפטן שטייען און ווארטן אויף די טעג, און זיי באריכטן אז א גאר גרויסער טייל פון זייערע פארדינסטן קומען אריין פון די טעג, איז אבער כדאי אז אן אחריות'דיגער מענטש זאל אוועקשטיין פון די אלע געשעפטן. די וועלט זאגט אז "ווען מען קויפט א זאך פאר 50% הנחה האט מען זיך געשפארט פופציג פראצענט, אבער ווען מען קויפט עס בכלל נישט, שפארט מען זיך הונדערט פראצענט...", אבער לכל הפחות איז זייער כדאי אז בעפאר מען גייט צו כאפן מציאות זאל מען זיך אפשרייבן וואס מען דארף טאקע, און אזוי אויך זאל מען האבן א חשבון וויפיל געלט מען קען זיך ערלויבן צו שפענדן, און בשום אופן נישט נעמען פשוט וואס מען זעט אויפן שעלף, ווייל פון אזא זאך דארף מען נאכדעם טייער באצאלן.
ברוחניות טרעפן מיר אויך טעג וואס דאן איז דא ספעציעלע דילס און הנחות, צום ביישפיל ווען מען קוקט אביסל אריין אין די ספרים פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים קען מען זען די גרויסקייט פון די הייליגע חנוכה טעג הממשמשים ובאים. עס איז כדאי אריינצוקוקן אין די בריוו פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער שרייבט וויפיל מען קען פועלן ביי די לעכט. דאס איז קלאר אז דער אויבערשטער איז מיט אונז, נעבן אונז אלעמאל און איבעראל, אבער פארט איז דא א בחינה פון א סעיל, א ספעשל, ווען כביכול דער אויבערשטער קומט אראפ צו אונז למטה מעשרה טפחים און מען קען זיך אויסבעטן הייליגע אויגן, א ריינע מח, א פרישע נשמה און אלעס וואס מיר דארפן ביי די הייליגע חנוכה לעכט.
און פונקט ווי ביי להבדיל די בלעק פריידעי, איז כדי זיך אנצוגרייטן און טראכטן פאראויס וואס מען קען אריינכאפן, איז אויך ביי חנוכה כדי צו מאכן א הכנה צו די גרויסע טעג דורך לערנען חסידישע ספרים בפרט ספרי רבינו און זיינע תלמידים וואס אזוי וועלן מיר קענען אויסנוצן די הייליגע טעג צום מאקסימום בענעפיט פאר אונז ברוחניות ובגשמיות.