גרויס התרגשות ביי אנשי שלומינו צום הכתרה פונעם דיין שליט"א - זונטאג תצא הבעל"ט
כו אב תשפ"א 📝
גרויסע צאל טיקעטס שוין אויספארקויפט
מיט בלויז איינס און א האלב וואך וואס טיילט אונז אפ פונעם גרויסן טאג- ווען מען גייט מכתיר זיין ברוב עם דעם לאנג יעריגן ראש הכולל הרה"ג ר' יונה זינגער לשרת בקודש אלץ דיין ומורה צדק פונעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק - ווערט דער התרגשות ביי אנשי שלומינו אלס גרעסער.
דער גרויסער מעמד - ווי שוין באריכטעט - וועט אפגעהאלטן ווערן מיט גרויס פראכט אינעם גרויסן זאל פונעם בנין המוסדות אין ליבערטי ניו יארק, וואס וועט מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט ווערן לכבודה של תורה.
א גאר שיינער פראגראם ווערט צוגעגרייט, פון וואס דער גאנצער ציבור וועט שטארק הנהנה האבן בעזרת השם יתברך: א גאר רייכע סעודה וועט סערווירט ווערן לכל הנאספים, און דער בארימטער "הלווים" כאר מיט שיינע מוזיק וועלן מהנה זיין דעם ציבור מיט פאסיגע נגינה ווערק.
פילע גרויסע רבנים און פוסקים ביי וועלכער דער דיין האט געלערנט און גענומען שימוש לאנגע יארן וועלן זיך פערזענליך באטייליגן און באשיינעם דעם אווענט.
צוליב דעם גאר גרויסער נאכפראגע פונעם ציבור זיך צו קומען באטייליגן, וואס איז פיל מער פון וויפיל דער ריזיגער זאל קען דערהייבן, וועט נישט מעגליך זיין צו קומען אויסער דורך דורך קויפן א טיקעט פון פאראויס פאר א קליינע אפצאל. צו קויפן א טיקטעט קען מען דרוקן דא ווי מען קען זיך אויסוועלן א טיש אנשי שלומינו, אברך אדער בחור, פרויען און מיידלעך.
אויך קען מען קויפן טיקעטס דורך רופן 845.243.1580.
נאך אסאך קאפ און מח האבן די עסקנים באוויזן אויסצוארבעטן א מייסטערהאפטיגע אויסשטעלן פארן זאל, וואס זאל סיי ערמעגליכן וואס מער פלאץ פאר אנשי שלומינו, און אין די זעלבע צייט זאל מען אויך קענען מיטהאלטן דאס בעסטע פון אלע ווינקלען פון זאל.
דער ראש ישיבה האט געשריבן א בריוו ווי ער לאדענט פערזענליך איין אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קומען באטייליגן פערזענליך, מיט די ווייב און קינדער, וואס וועלן זען וויאזוי מען טוט אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פאר די הייליגער תורה, און פאר די וואס לערנען די הייליגע תורה.
אנשי שלומינו שרייבן אויף די פרטים פונעם מעמד אויפן קאלענדער:
זונטאג כי תצא, ז' אלול תשפ"א 5:30 נאכמיטאג - 39 טשעסטנאט סט. ליבערטי ניו יארק, 12754.
תְּנוּ כָבוֹד לַתּוֹרָה, וּתְנוּ לְרֹאשָׁהּ עֲטָרָה, כִּי הִיא לָנוּ עֹז וְאוֹרָה, מִפְּנִינִים יְקָרָה.
צו קויפן א טיקטעט קען מען דרוקן דא