גרויס פארשריט אין בליה און וואוקס פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי
יא תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו
פאריגע וואך פרשת קרח איז פארגעקומען א וויכטיגע זיצונג פון די הנהלה פון שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א, ווי מען איז דורכגעגאנגען פארשידענע ענינים וואס איז וויכטיג פאר די עתיד פון די קהילה און פארן שטעטל.
פאלגענד זענען עטליכע נקודות וואס זענען באהאנדעלט געווארן ביים מיטינג:
שטח בית החיים
מען איז אריין אין קאנטראקט צו קויפן די גרויסע "פארם לאט", וואס געפונט זיך אנפאנג פונעם שטעטל, און וועט גענוצט ווערן פאר פארשידענע וויכטיגע זאכן פאר די קהילה, צום ביישפיל דער בית החיים, וואס דאס איז פון די גאר וויכטיגע זאכן, ווי דער ראש ישיבה דערמאנט אונז כסדר מען זאל אלץ געדענקען פונעם תכלית. אזוי אויך וועט מען בעז"ה בויען דארט פרישע דירות, און נאך פארשידענע זאכן פארן עתיד פונעם שטעטל.
מקוואות טהרה
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ווערט יעצט אויסגעארבעט די לעצטע פלענער צו בויען א מקוה טהרה. לויטן יעצטיגן פלאן וועט מען בויען א באזונדערע מקוה טהרה פאר יעדן געגענט פונעם שטעטל. צום ערשט מען וועט בויען איינס, און דערנאך גיין צום נעקסטן.
פרייזן פון הייזער
מען איז נאכאמאל איבערגאנגען די פרייזן וואס מען מעג צאלן אפצוקויפן אן עקזעסטירנדע הויז, און אזוי אויך די פרייזן וואס מען מעג בעטן ווען מען פארדינגט א הויז במשך די זומער וואכן.
פלאץ אין חדר/סקול
מען איז איבערגעגאנגען אלע אפציעס וויאזוי מקען לעזן דעם געשאפענעם מצב אז די בניני המוסדות זענען ברוך השם איבערגעפולט. מען האט אויסגעשמועסט אויב מען זאל צובויען צום יעצטיגן בנין, אדער עס לוינט זיך צו קויפן א פרישע בנין, פרטים וועלן נאכפאלגן.
אפיס פון די מוסדות
מען איז איבערגאנגגען פארשידענע וויכטיגע ענינים אינערהאלב די צעטראלע אפיס פון די מוסדות, וואס געפונט זיך אינעם בנין התלמוד תורה אין שטעטל, (וואס דינט די מוסדות פון אלע דריי לאקאלן, וויליאמסבורג, קרית ברסלב און קרית יואל) און ווערט אנגעפירט דורכן חשוב'ן מנהל הר"ר אברהם משה שטראססער שליט"א. מען האט לעצטענס אריינגענומען א פרישער אינגערמאן אינעם אפיס וואס וועט מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף גאר שטארק ארויס העלפן פאר די הצלחה פונעם מוסד.
חסד ארגאניזאציעס
די חסד וואס טוט זיך שטעטל איז אויף גאר א גרויסע פארנעם. איינע פון די חשובע פרויען איז בייגעפאלן א געדאנק אין חסד, זי טראגט אריבער פרישע היימישע עסן פאר די פרויען וואס זענען אין שפיטאל נאכן האבן א קינד, וואס דאס איז א געוואלדיגע חסד און העלפט שטארק ארויס פאר די פרישע קימפעטארינס. אויך גייט ווייטער אן די "עזר ליולדת" ארגאנעזאציע, אנגעפירט דורך משפחת מענדלאוויטש, וואס פארטיילן נאכטמאל פאר אלע קימפעטארינס, און ווי מען הערט נאך איז דאס גאר א געוואלדיגע הילף, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער באצאלן פאר דעם מיט אלעס גוטס.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיך די שטעטל ווייטער בויען גאר הערליך שיין, אויב מיר וועלן זיך אלע האלטן צוזאמען כאיש אחד בלב אחד.