ווי שוין איבערגעגעבן אין א פריערדיגע באריכט האט מען באשטעלט א טייערע פארגעשריטענע פילטער פון א אידשע פירמע אין ארץ ישראל, וואס איז ספעציעל געאייגענט צו האלטן מקוואות ריין און זויבער. ווי נאר דער פילטער איז אנגעקומען, האט מען זיך גלייך גענומען צו די ארבעט דאס צו אינסטאלירן, און ב"ה מען קען שוין איבערגעבן אז דער פילטער איז שוין גוט אינסטאלירט, און וועט שוין דינען דעם ציבור בעז"ה אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט.
אזוי אויך ווערט געמאכט אסאך פּראגרעס אין די הייצינג סיסטעם פון די מקוה. מען לייגט יעצט אריין אן "אלומינום ראדיעטאר הייצונג סיסטעם", - א סיסטעם פון געדרייטע פייפס - וואס רוב מקוואות נוצן טאג טעגליך צו הייצן. מען האפט אז ביז א וואך וועט מען פארטיג ווערן מיט די הייצונג ארבעט בעז"ה.
אין אנדערע נייעס פונעם בנין אין אומאן:
* די פענסטערס (פון די אויבערשטע צוויי - דערווייל אומבאנוצטע - שטאקן) זענען שוין אינסטאלירט געווארן ב"ה.
* מ'האט שוין אנגעהויבן צו אינסטאלירן די פלאמבינג פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן.
* די עלקטריק פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן וועט שוין בעז"ה זיין פערטיג די וואך.
* מ'דארף נאך קויפן טיילס פאר די האלוועי פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן.
* קומענדיגע וואך דארף שוין אנצוקומען די גרויסע פענסטערס פאר די סטעפס.
 
מיר זענען שוין ב"ה אריין אינעם חודש הרחמים והרצון, דער חודש אלול, און מיר גרייטן זיך אלע מיט תורה, תפילה, און מעשים טובים צום גרויסן טאג ראש השנה ווען דער אויבערשטערן איז דן יעדעם באזונדער, מי יחיה ומי ימות, מי במים ומי באש וכו' וכו', און מיר זענען מתפלל צו מקיים זיין וואס דער רבי האט געבעטן "ווער עס גלייבט און מיר זאל קומען אויף ראש השנה", און ער האט געזאגט אז ער וועט אונז מתקן זיין "אפילו וועם איך קען נישט א גאנץ יאר", און מיר וועלן פועלן דארט ביים אייבערשטן א גוט און זיס יאר ישועות, רפואות און שידוכים פאר אונז, אונזערע משפחות, און פאר גאנץ כלל ישראל.